געוויסע ייִדן אין קרים צופֿרידן מיט דער רוסישער אָקופּאַציע

Some Jews in Crimea Feel Safer After Russian Intervention

Getty Images

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published March 09, 2014, issue of March 28, 2014.

נישט לאַנג נאָך דעם ווי די רוסן האָבן פֿאַרכאַפּט סעוואַסטאָפּאָל, קרים, איז לאה צירליקאָוואַ געגאַנגען אויף אַ שפּאַציר מיט אירע קינדער אין פּאַרק. ווען זיי זענען פֿאַרבײַ אַ גרופּע סאָלדאַטן, האָבן זיי געכאַפּט אַ שמועס מיט זיי און אַפֿילו זיך מיט זיי פֿאָטאָגראַפֿירט.

הגם אַ סך אויקראַיִנער ייִדן האָבן פֿאַרדאַמט די רוסישע מיליטערישע אַרײַנדרינגונג אין קרים, האַלטן אַנדערע, אַז די אָקופּאַציע וועט קאָנען צוריקברענגען אָרדענונג נאָך דער בלוטיקער רעוואָלוציע, וואָס האָט אַראָפּגעוואָרפֿן די פּראָ־רוסישע רעגירונג פֿון פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש.

„איך פֿיל זיך זיכערער, אַז זיי זענען דאָ,‟ האָט צירליקאָוואַ, אַ ייִדישע פֿרוי וועלכע וווינט שוין פֿינף יאָר אין סעוואַסטאָפּאָל, באַמערקט. „מיר מאַכן איצט דורך משוגענע צײַטן, אָבער איצט ווייס איך, אַז אויב עפּעס שלעכטס וועט געשען, וועלן די רוסן עס אָפּשטעלן.‟

די רוסישע אָקופּאַציע אין קרים, וווּ עס וווינען בערך 10,000 ייִדן צווישן אַ מאַיאָריטעט פֿון רוסן, האָט שטאַרק צעשפּאָלטן די אוקראַיִנער ייִדישע קהילה. אַ סך ייִדן האָבן זיך באַטייליקט אין דער אָפּאָזיציע־באַוועגונג אויף „מײַדאַן‟, קיִעוו, נישט געקוקט אויף דעם וואָס די דעמאָנסטראַנטן האָבן אויך אַרײַנגענומען עקסטרעם־רעכטע אַקטיוויסטן און פּאָליטישע פֿיגורן, וועלכע האָבן שוין עפֿנטלעך אויסגעדריקט אַנטיסעמיטישע שטעלונגען.

דער ראַבינער, מישאַ קאַפּוסטין, וואָס זײַן רעפֿאָרם־סינאַגאַגע אין דער קרימער קרוינשטאָט סימפֿעראָפּאָל איז לעצטנס פֿאַרשמירט געוואָרן מיט האַקנקרייצן, האָט באַשטעטיקט, אַז געוויסע ייִדן שטיצן די רוסישע אָקופּאַציע.

„די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין קרים איז שטאַרק אַסימילירט,‟ האָט קאַפּוסטין געזאָגט דער ייִט״אַ. „מע דאַרף נעמען אין באַטראַכט די ווירקונג פֿון דער רוסישער פּראָפּאַגאַנדע — די טעלעוויזיע־פּראָגראַמען וואָס זיי קוקן, די צײַטונגען וואָס זיי לייענען.‟

ער אַליין פֿילט אָבער, ווי זײַן לאַנד איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון אויסלענדער. „ווי וואָלט אַן ענגלענדער געפֿילט, ווען אַ צווייט לאַנד פֿאַרכאַפּט לאָנדאָן?‟ האָט קאַפּוסטין געפֿרעגט. „די שטאָט איז אָקופּירט פֿון די רוסן, וועלכע האָבן, אַ פּנים, באַשלאָסן צו פֿאַרכאַפּן גאַנץ קרים. אויב דאָס וועט טאַקע געשען, וואָלט איך תּיכּף פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד, ווײַל איך וויל וווינען אין אַ דעמאָקראַטישער אוקראַיִנע.‟

דערווײַל מעגן די אײַנוווינער פֿון קרים גיין און פֿאָרן וווּהין זיי ווילן, טאָג און נאַכט — אַפֿילו אין אַנדערע ערטער פֿון אוקראַיִנע, האָט קאַפּוסטין געזאָגט. ער האָט שוין פֿאָרגעלייגט זײַן פֿרוי, מאַרינאַ, אַז אפֿשר זאָל זי מיט די קינדער דערווײַל פֿאָרן קיין ישׂראל, ביז דער מצבֿ וועט זיך סטאַביליזירן, אָבער זי האָט זיך אָפּגעזאָגט.

„איך בלײַב דאָ, ווײַל איך האָב אַן אַחריות צו מײַן קהילה, אָבער כ׳וואָלט געוואָלט, אַז מײַן משפּחה זאָל אַוועק פֿון דאַנען,‟ האָט ער געזאָגט.

„די ׳מײַדאַן׳־רעוואָלוציע איז געווען אַ געפֿערלעכע זאַך,‟ האָט באַמערקט ברוך גאָרין, אַן אָנגעזעענער ליובאַוויטשער רבֿ אין מאָסקווע, וועלכער שטאַמט פֿון דער רוסיש־רעדנדיקער שטאָט אָדעס, אין דרום־אוקראַיִנע. „דער באַשלוס צו פֿאַרלאָזן דעמאָקראַטיע ווי אַ מיטל צו ענדערן די געזעלשאַפֿט, און דאָס פֿאַרגיסן בלוט, איז תּמיד מוראדיק, בפֿרט פֿאַר די מינאָריטעטן.‟

גאָרין האָט אָבער צוגעגעבן, אַז ער ווייסט, אַז עס האָבן זיך נישט בלויז באַטייליקט די נאַציאָנאַליסטן, נאָר אויך ייִדישע און נישט־ייִדישע ליבעראַלן, ווי אויך פּשוטע אוקראַיִנער, וועלכע האָבן שוין געהאַט גענוג פֿון דער פֿאַרשפּרייטער קאָרופּציע און נישט־געראָטענער עקאָנאָמישער פּאָליטיק.

געוויסע פֿירער פֿון די אוקראַיִנער ייִדן, אַרײַנגערעכנט דעם קיִעווער רבֿ יעקבֿ־דוד בלייך, האַלטן, אַז אַ טייל פֿון די אַנטיסעמיטישע אינצידענטן זענען מסתּמא פּראָוואָקאַציעס פֿון די פּראָ־רוסישע כּוחות, כּדי צו באַרעכטיקן די רוסישע אָקופּאַציע. אַנדערע זאָגן אָבער, אַז דער אַנטיסעמיטיזם איז אַ ווירקלעכע סכּנה און אַז די רוסישע באַשיצונג איז וויכטיק פֿאַר די אוקראַיִנער ייִדן. ברוך פֿישמאַן, דער פּרעזידענט פֿון דער „אוקראַיִנער ליגע קעגן אַנטיסעמיטיזם‟, וואָס איר ביוראָ געפֿינט זיך אין טשערנאָוויץ, אוקראַיִנע, האָט געזאָגט, אַז די אוקראַיִנער נעאָ־נאַציס פֿרייען זיך מיטן סוקצעס פֿון דער רעוואָלוציע און וועלן איצט נאָך מער באַדראָען די ייִדן.

„די רוסישע אָקופּאַציע איז אַ גוטע זאַך, ווײַל איצט וועלן די נעאָ־נאַציס דאַרפֿן איבערקלערן, צי ס׳איז כּדאַי צו אַטאַקירן די ייִדן,‟ האָט פֿישמאַן געזאָגט.