ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published March 11, 2014, issue of March 28, 2014.

דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער מעדעם־ביבליאָטעק זוכט אַ דירעקטאָר/דירעקטאָרין

אין דעם אַנאָנס, וואָס מע האָט ברייט פֿאַרשפּרייט אויף דער אינטערנעץ אויף ייִדיש, פֿראַנצייזיש און ענגליש, האָט דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער מעדעם־ביבליאָטעק געלאָזט וויסן, אַז דער צענטער זוכט אַ דירעקטאָר/דירעקטאָרין. די שליחות פֿונעם אָנפֿירער וועלן אַרײַננעמען דאָס אָנפֿירן מיט דער טאָג־טעגלעכער פֿונקציאָנירונג פֿונעם צענטער, אָנפֿירן מיט דער אַרבעט פֿון די פֿיר שטענדיקע מיטאַרבעטער פֿונעם צענטער, העלפֿן צוצוגרייטן די קולטור־פּראָגראַם בײַם צענטער, שאַפֿן שותּפֿותן מיט אַנדערע קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס אין פֿראַנקרײַך און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, געווידמענט דער ייִדישער שפּראַך איבער דער וועלט און צוזאַמענשטעלן נײַע פּראָגראַמען בײַם צענטער.

מע זוכט עמעצן וואָס קען פֿליסיק ייִדיש און ווייסט וועגן דער הײַנטיקער ייִדיש־קולטורעלער וועלט און איז באַקאַנט מיט אירע כּלל־טוערס. דער פּאַסיקער קאַנדידאַט דאַרף אויך קענען פֿראַנצייזיש און ענגליש, גוט אויסקומען מיט מענשטן און זײַן באַהאַוונט אין די אַדמיניסטראַטיווע און פֿינאַנציעלע אַספּעקטן פֿון אַזאַ אַרבעט. פֿאַראינטעריסירטע קאַנדידאַטן דאַרפֿן אַרײַנשיקן אַ מאָטיוואַציע־בריוו אויף ייִדיש און אויף פֿראַנצייזיש אָדער ענגליש, ווי אויך אַ קוריקולום וויטע.

מע וועט אָננעמען אַפּליקאַציעס ביזן 15טן מאַרץ. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע אָדער, כּדי אָנצוגעבן אויף דער שטעלע, פֿאַרבינדט זיך מיט recrutement@yiddishweb.com

אינטענסיווער סוף־וואָך פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור בײַ דער מעדעם־ביבליאָטעק

פֿונעם 25סטן ביזן 27סטן אַפּריל וועט פֿאָרקומען אַן אינטענסיווער סוף־וואָך פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור בײַ דער מעדעם ביבליאָטעק אין פּאַריז. אין דער פּראָגראַם וועלן זיך באַטייליקן ד׳׳ר איציק גאָטעסמאַן, וועלכער וועט האַלטן אַ סעריע רעפֿעראַטן, געווידמענט די ייִדישע פֿאָלקסלידער, ד׳׳ר נאַטאַליאַ קריניצקאַ, וועלכע וועט האַלטן אַ סעריע רעפֿעראַטן אויף דער טעמע „אײַנגלייבענישן און לעגענדעס אין דער ייִדישער ליטעראַטור‟, און ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי, וועלכער וועט רעדן אויף דער טעמע „די אידיאָמאַטיק אין יעקבֿ גלאַטשטיינס פּראָזע‟. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע אָדער זיך צו פֿאַרשרײַבן באַזוכט

סוצקעווערס „גרינער אַקוואַריום‟ אין דער פֿראַנצייזישער איבערזעצונג

די מעדעם־ביבליאָטעק אין פּאַריז האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ צוויי־שפּראַכיקע אויסגאַבע פֿון אַבֿרום סוצקעווערס באַקאַנטע פּראָזע־ווערק „גרינער אַקוואַריום‟. די איבערזעצערין, בתיה בוים, האָט געקראָגן אַן אונטערשטיצונג פֿון דער פֿראַנצייזישער רעגירונג, כּדי צו העלפֿן מקיים זײַן איר אַרבעט.

סימפּאָזיום בײַם ייִוואָ, געווידמענט ייִדישע מוזיק־אַרכיוון

זונטיק, דעם 6טן אַפּריל, 2 אַזייגער נאָכמיטאָג, וועט בײַם ייִוואָ אינסטיטוט אין ניו־יאָרק פֿאָרקומען אַ סימפּאָזיום מיטן נאָמען „איבערגעבן דעם שטורקאַץ: אַרכיוון פֿון ייִדישער מוזיק און די צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן ליד‟. אינעם סימפּאָזיום וועלן אָנטיילנעמען אַ ריי אַרכיוויסטן, אַקאַדעמיקער און זינגער, וועלכע וועלן אַרומרעדן די געשיכטע פֿון די ייִדישע מוזיק־אַרכיוון און ווי אַזוי די אַרכיוון קענען משפּיע זײַן אויף דער צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן ליד. ד׳׳ר מאַרק סלאָבין פֿון וועסליען־אוניווערסיטעט וועט זײַן דער פֿאָרזיצער פֿונעם סימפּאָזיום. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע אָדער צו באַשטעלן אַ בילעט, קלינגט אָן 4444 868 212.

עפֿענטלעכער מיקראָפֿאָן בײַם ייִוואָ אין ניו־יאָרק

דאָנערשטיק, דעם 17טן אַפּריל, 7 אַזייגער אין אָוונט, וועט בײַם ניו־יאָרקער ייִוואָ פֿאָרקומען אַן „עפֿענטלעכער מיקראָפֿאָן‟ אין דער אויספֿירונג פֿון שיין בייקער. דער ייִוואָ בעט, אַז די וועלכע ווילן פֿאָרשטעלן אַ ליד, מאָנאָלאָג, קאָמעדיע־סקעטש אָדער וואָס עס זאָל ניט זײַן, זאָלן זיך פֿאַרשרײַבן, ווען זיי קומען אָן אין זאַל. דער אַרײַנגאַנג צום אָוונט איז פֿרײַ, אָבער מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע אָדער זיך צו פֿאַרשרײַבן קלינגט אָן 6140 294 212, אָדער באַזוכט

קורס וועגן שלום־עליכם בײַם ייִדישן ביכער־צענטער

דעם 2טן ביזן 4טן מײַ וועט ד׳׳ר דזשערעמי דאַובער (קאָלומביע־אוניווערסיטעט) לערנען אַ קורס בײַם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס געווידמענט דעם לעבן און שאַפֿן פֿון שלום־עליכם. דער קורס, מיטן נאָמען „שלום־עליכם: אַ לעבן פֿון פֿאַקט און פֿיקציע‟, וועט אַרײַנעמען דרײַ לעקציעס וועגן דעם מחבר און זײַנע ווערק און איין לעקציע וועגן דעם, ווי אַזוי מע האָט צוגעפּאַסט זײַנע מעשׂיות פֿאַר אַן אַמעריקאַנעם עולם. מע וועט אויך ווײַזן דעם פֿילם „טבֿע דער מילכיקער‟. אַלע לעקציעס וועלן געהאַלטן ווערן אויף ענגליש. רעגיסטראַציעס וועלן אָנגענומען ווערן ביזן 1טן אַפּריל. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט נינאַ פּאַליסאַנאָ 4900־256־413 צוגאָב נומער 143.

פּורים־שׂימחה בײַם ייִדישן ביכער־צענטער

שיין בייקער
שיין בייקער

זונטיק, דעם 16טן מאַרץ, 7 אַזייגער אין אָוונט וועלן שיין בייקער, יעלענאַ שמועלנסאָן און אַלאַן ריקמאַן אויפֿטרעטן מיט אַ פּורים־ספּעקטאַקל בײַם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. בילעטן קען מען באַשטעלן אויף

רעפֿעראַטן אויף ייִדיש אין ישׂראל:

חדרה־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש, בית־עולה

יעדן מאָנטיק, 7 אַזייגער אין אָוונט, קומט פֿאָר אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש בײַ דער חדרה־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש אין בית־עולה (20 ששת הימים גאַס). דעם 10טן מאַרץ וועט דוד סלאָבאָדקין פֿאָרלייענען פֿון דער רוסישער ליטעראַטור אין דער ייִדישער איבערזעצונג. דעם 17טן מאַרץ וועט נחמה ליפּשיץ פֿאָרשטעלן אַ סעריע פּורים־לידער מיט רעגינאַ דריקער בײַם קלאַוויר. דעם 24סטן מאַרץ וועט פֿאָרקומען אַ רעדע אויף דער טעמע „100 יאָר זינט דער ערשטער וועלט־מלחמה, וואָס האָט געענדערט די וועלט‟. דעם 31סטן מאַרץ וועט געגעבן ווערן אַ רעפֿעראַט איבער דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט 6943־622־04.

פּורים־שׂימחות מיט אַ ייִדישן טעם

אין מדינת־ישׂראל וועלן הײַיאָר פֿאָרקומען אַ ריי פּורים־שׂימחות בײַ די גרעסטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און געזעלשאַפֿטן אין לאַנד.

אין לייוויק־הויז, תּל־אָבֿיבֿ, וועט מען דעם 17טן מאַרץ, 8 אַזייגער אין אָוונט מאַכן אַ פּורים־שׂימחה מיטן באַס־קלאַרנעט שפּילער ביל קאַמפּבעל, דעם קלאַרנעט־שפּילער נעם פּעיל, איזאַבעלאַ אַורדענונג אויפֿן פֿידל, רפֿאל כּץ אויפֿן גיטאַר, און דניאל גלאי בײַם קלאַוויר. פֿאַר בילעטן קלינגט אָן 5231830־03.

8:30 מוצאי שבת, דעם 16טן מאַרץ וועט פֿאָרקומען אַ פּורים־שפּיל בײַ „יונג־ייִדיש‟ אין תּל־אָבֿיבֿ. בילעטן זאָל מען באַשטעלן פֿון פֿריִער. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע אָדער צו באַשטעלן בילעטן קלינגט אָן 687443־03.

מיטוואָך, דעם 19טן מאַרץ, 11:30 אין דער פֿרי וועט די זינגערין יאַנאַ קאָגען אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט פֿון פּורים־לידער ”בײַם „אַרבעטער־רינג‟ אין תּל־אָבֿיבֿ. אויף דער פּיאַנע וועט זי באַגלייטן סערגאָ בענגעלסדאָרף. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט 6764־517־03.