עצרת־התּפֿילה קעגן דעם פּריזיוו

Prayer-Rally Against the Draft in Israel

Getty Images

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published February 11, 2014, issue of March 28, 2014.

נעכטן, דעם 9טן מאַרץ, בין איך מיט מײַן קאָלעגע לייזער בורקאָ געווען אויף „וואָל־סטריט‟ בײַם אוניקאַלן צוזאַמענפֿאָר פֿון צענדליקער טויזנטער חרדישע ייִדן אינעם האַרץ פֿונעם פֿינאַנציעלן צענטער אין מאַנהעטן. דער ריזיקער עולם האָט זיך פֿאַרזאַמלט, כּדי צו מאַכן אַן „עצרת התּפֿילה‟, אויסצודריקן זייער אָפּאָזיציע און אומצופֿרידנקײט מיטן פּלאַן, וואָס ווערט איצט אַרומגערעדט אין דער כּנסת, אַז מע זאָל שטעלן צום פּריזיוו די ישיבֿה־בחורים. דער „עצרת‟ האָט ניט נאָר צוגעצויגן ריזיקע מאַסן ייִדן פֿון כּלעריי אָרטאָדאָקסישע קהילות: ליטווישע פֿון לייקוווד, חב־ד־חסידים פֿון קראַון־הײַטס, קאָנסערוואַטיווע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פֿון לאָנג־אײַלאַנד, און אַוודאי די חסידים פֿון אַלע גרויסע אונגערישע און פּוילישע הויפֿן, נאָר אויך אַ סך פֿון די סאַמע גרעסטע רבנים און חרדישע פֿירער פֿון איבער דער גאָרער וועלט. עס זענען אויך געקומען כּנסת־דעפּוטאַטן פֿון די חרדישע פּאַרטייען אין מדנית־ישׂראל.

בעת דער פֿאַרזאַמלונג האָבן פֿאַרשידענע חסידישע רבנים, אַרײַנגערעכנט דער סאַטמאַרער רבי, אַהרן טײַטלבוים, דער נאָוואָמינסקער און דער סאַנדז־קלויזענבערגער, און פֿאַרשידענע בעל־תּפֿילות פֿון מתנגדישע קהילות, געדאַוונט הויך אויף אַ קול. אין געוויסע מאָמענטן האָבן די צענדליקער טויזנטער מתפּללים מיטגעזונגען צום ניגון פֿון די תּפֿילות און זיך געשאָקלט אין דבֿקות מיט די אַנדערע, וואָס האָבן געדאַוונט בציבור. בפֿירוש מערקעוודיק איז געווען דאָס זאָגן „שמע ישׂראל‟ צום סוף פֿון דער פּראָגראַם. די הימל־רײַסנדיקע געשרייען פֿונעם עולם האָבן זיך געריסן אַרויף, העכער פֿון די וואָלקן־קראַצערס אויף דער פּערל־גאַס, צום הימל אין גאָטס אויערן.

דער קאָנטראַסט צווישן דעם עולם אין די שווערע טויזנטער מיט זייערע האַרץ־רײַסנדיקע געשרייען, און די קאַלטע פֿאַרגלאָצטע בנינים אינעם סאַמע־צענטער פֿון דער אַמעריקאַנער פֿינאַנץ־וועלט, האָט געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק אויף די טוריסטן, וואָס זענען געפֿאָרן אויף „וואָל־סטריט‟, ניט וויסנדיק, אַז זיי וועלן זײַן עדות פֿון אַזאַ סצענע. פֿאָרנט פֿון אַ פֿאָר־סיגנאַל פֿאַר פֿאַרבײַגייער, וואָס האָט נאָך אַלץ געהאַלטן אין איין בליצן, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס קיין אויטאָס זענען שוין שעהען לאַנג ניט פֿאַרבײַגעפֿאָרן, האָט איינער פֿון די מאַרשאַלן מיר צוזאַמען מיט אַנדערע פֿאָרשטייער פֿון פֿאַרשידענע צײַטונגען און טעלעוויזיע־קאַנאַלן, דערקלערט וועגן די צילן פֿונעם עצרת. ער האָט געזאָגט, אַז הגם ס׳זענען דאָ אַ סך חילוקי־דעות צווישן די פֿאַרשידענע חרדישע קהילות, וואָס שייך זייערע באַציִונגען צו מדינות־ישׂראל, זענען אַלע אָנטיילנעמענדיקע פֿראַקציעס פֿאַראייניקט אין זייער קעגנערשאַפֿט צו דעם, אַז מע זאָל נעמען די ישיבֿה־בחורים אין מיליטער.

ווי אַ טייל פֿון זייער הסכּם, האָבן די פֿאַרשידענע גרופּעס אַרויסגעלאָזט אַן אָפֿיציעלע דערקלערונג פֿאַרן מעדיאַ, וואָס הרבֿ חיים־דוד צוויבל האָט פֿאָרגעלייענט צום סוף פֿון דער פֿאַרזאַמלונג. מיר ברענגען דאָ אַן אויסצוג פֿון דעם הסכּם: „איצט האָט מען פֿאָרגעשלאָגן אַ נײַעם געזעץ־פּראָיעקט אין ישׂראל וואָס טראָגט מיט זיך דעם ציל צו באַגרענעצן דעם וווּקס פֿון דער הייליקער תּורה אינעם הײליקן לאַנד….

די דאָזיקע אַנטוויקלונג אינעם ארץ־הקודש איז באמת שאָקירנדיק און איז אַ באַליידיקונג צום וועלט־ייִדנטום און אַ ריזיקער חילול־השם. מיר זענען, צוזאַמען מיט די הונדערטער טויזנטער ייִדן, וועלכע האָבן זיך פֿאַראַכטאָגן פֿאַרזאַמלט אויף די גאַסן פֿון ירושלים אויסצודריקן זייער האַרץ בתּפֿילה און אויסצודריקן זייער פּײַן און פּראָטעסט, קעגן דעם דאָזיקן פֿאָרגעשלאָגענעם געזעץ.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.