קובאַ אין ייִדישער ליטעראַטור

Cuba in Yiddish Literature

אַ פֿרײַנדלעך קעצעלע אין האַוואַנע
Yoel Matveyev
אַ פֿרײַנדלעך קעצעלע אין האַוואַנע

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 12, 2014, issue of March 28, 2014.

אין מײַנע פֿריִערדיקע אַרטיקלען, האָב איך געענטפֿערט אויף דער קלאָץ־קשיא, וועלכע איך האָב שוין אויסגעהערט פֿון צענדליקער אַמעריקאַנער, פֿאַרוואָס אַ ייִד און דערצו אַ פֿרומער זאָל פֿאָרן — אָדער דווקא נישט פֿאָרן — קיין קובאַ. איצט וויל איך דערקלערן, פֿאַרוואָס אַ ייִדישיסט זאָל פֿאָרן אַהין.

די ייִדישע ליטעראַטור איז זייער אַ קאָסמאָפּאָליטישע. עס זענען פֿאַראַן גאַנצע ביכער וועגן דרום־אַפֿריקע, אויסטראַליע, וועגן דעם רוסלענדישן ווײַטן מיזרח, וווּ אין די 1940ער יאָרן האָט געבליט די ייִדישע אויטאָנאָמיע מיטן צענטער אין ביראָבידזשאַן. קובאַ פֿאַרנעמט אין דער ייִדישער ליטעראַרישער געאָגראַפֿיע אַ באַשיידן, אָבער אַ מערקווירדיק, אָרט. נאָכן וויזיט אינעם וווּנדער־שיינעם טראָפּישן אינדזל, איז מיר געווען אינטערעסאַנט צו פֿאַרגלײַכן מײַנע אײַנדרוקן מיט די ווערק פֿון די ייִדישער שרײַבער, וועלכע האָבן אַמאָל דאָרטן געוווינט.

ווען מיר זענען אָנגעקומען פֿונעם עראָפּאָרט און גלײַך געפֿאָרן קיין האַוואַנע, האָט דער אויטאָבוס אונדז צוגעפֿירט צו איינעם פֿון די צענטראַלע שטאָטישע פּלעצער, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿונעם נאַציאָנאַלן קובאַנער העלד כאָסע מאַרטי (1853—1895), וועלכער האָט געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אין דער פּאָליטישער אומאָפּהענגיקייט פֿון שפּאַניע און אומגעקומען אין אַ שלאַכט מיט די שפּאַנישע סאָלדאַטן. מאַרטי איז געווען אַ פֿילזײַטיקער מענטש: אַ באַגאַבטער און פֿרוכטבאַרער פּאָעט, שרײַבער און זשורנאַליסט, אַ רעוואָלוציאָנער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון יוריספּרודענץ און אַ פּאָליטישער דענקער. מיר זענען אָנגעקומען גלײַך נאָכן טאָג, ווען אין גאַנץ קובאַ האָט מען געפּראַוועט זײַן 160סטן געבוירן־טאָג.

צווישן אַ גאַנצער ריי ביכער, על־פּי־רובֿ שפּאַנישע, געווידמעט כאָסע מאַרטי, איז פֿאַראַן אַ לאַנגע עפּישע פּאָעמע אויף ייִדיש פֿון אליעזר אַראָנאָווסקי. זײַן לאַנג ווערק, וואָס באַשטייט פֿון 17 טיילן, פֿאַרנעמט איבער 100 זײַטן און הייסט פּשוט „מאַרטי‟, הייבט זיך אָן מיטן געבורט פֿונעם באַרימטן העלד און ענדיקט זיך מיט זײַנע נבֿיאישע חזיונות וועגן דער מענטשלעכער פֿרײַהייט און גלײַכקייט. אַראָנאָווסקי איז געווען אַ מיטגרינדער פֿון דער ערשטער אָרטיקער ייִדישער שרײַבער־גרופּע „יונג־קובאַ‟. אינעם יאָר 1933 האָט ער מיטגעגרינדעט די ייִדישע צײַטונג „האַוואַנער לעבן‟.

אַ ים־פּלאַזשע לעבן האַוואַנע
Yoel Matveyev
אַ ים־פּלאַזשע לעבן האַוואַנע

אין דער הקדמה פֿונעם בוך, פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם יאָר 1953, דערקלערן די האַוואַנער פֿאַרלעגער, אַז אַראָנאָווקסיס פּאָעמע איז געווידמעט נישט בלויז מאַרטי, ווי אַ יחיד, נאָר דעם „נאָבעלן און גאַסט־פֿרײַנדלעכן קובאַנער פֿאָלק‟, און דערמאָנען, אַז ייִדן האָבן זיך אויך באַטייליקט אין דער קובאַנער מלחמה פֿאַר אומאָפּהענגקייט. די פּאָעמע איז אַרויס אין שײַכות מיטן 100סטן געבוירן־טאָג פֿונעם העלד.

ס׳זעט אויס, אַז במשך פֿון 60 יאָר האָט זיך דער מצבֿ נישט געביטן. די קובאַנער בלײַבן טאַקע גאָר אַ וואַרעם פֿאָלק. דער קליינער פּאַרק אַרום דעם מאַרטי־מאָנומענט איז אַ חנעוודיק און רויִק אָרט. בלויז איין צעווילדעוועטער נאַרקאָמאַן, וועלכן מיר האָבן דאָרטן דערזען שפּעט בײַנאַכט, האָט אַ ביסל קאַליע געמאַכט דאָס אידילישע בילד.

זייער פֿרײַנדלעך זענען אויך די אומצאָליקע קעץ און הינטלעך, מיט וועלכע עס זענען פֿול אַלע ווינקלען פֿון די קובאַנער גאַסן. זיי קומען צו צו די מענטשן אָן קיין פּחד, מע זאָל זיי געבן אַ גלעט און אַ נאַש — אַ סימן, אַז דאָרטן הערשט טאַקע זייער אַ פֿרײַנדלעכע אַטמאָספֿער. אין זײַן אַנדער בוך, „קובאַנער לידער‟, באַשרײַבט אַראָנאָווקסי זײַן לאַנד מיט אַלע פּיטשעווקעס און האַלט אין איין זינגען שירה צו זײַנע „געליבטע‟, קובאַ און האַוואַנע. די שטאָט ווערט בײַ דעם מחבר שטענדיק אַסאָציִיִרט, גאַנץ פֿאַרשטענדלעך, מיט די אָרטיקע „פֿרויען מיט די שוואַנענדיקע גלידער אין עלאַסטיש געדריי‟. אַראָנאָווקסי זינגט אויך אַ שירה צו די קובאַנער חיות, פֿייגל, פּלאַזשעס און אַנדערע רושמדיקע מערקווירדיקייטן: „אַ קאַץ — נעמיאַוּ, אין תּאווה־שפּיל, באַגלייט מיט גריל, זיך טראָגט פֿאַרבײַ‟.

אין איין ליד, געווידמעט דעם ערשטן מײַ, פֿאַרלאָזט אַראָנאָווסקי פּלוצעם די האַוואַנער חנען און שילדערט לענין, דעם באַרימטן רוסישן רעוואָלוציאָנער, ווי אַ „מענטש־גאָט‟. געוויינטלעך, טראָגט בײַ ייִדן אַן ענלעכן טיטל משה־רבינו, „איש־האלוקים‟; אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל, האָב איך אָבער שוין דערציילט, ווי פֿידעל קאַסטראָ איז אַמאָל אויפֿגעטראָטן אין אַ שיל און פֿאַרגליכן ייִדישקייט מיט זײַן „ייִדישן‟ גלויבן אין קאַרל מאַרקס. ס׳זעט אויס, אַז אַזעלכע לשונות האָבן אַ לענגערן ייִחוס און טרעפֿן זיך אַפֿילו אין דער אָרטיקער ייִדישער פּאָעזיע.

אין מײַן אַרטיקל וועגן דעם קובאַנער אויסמיש פֿון סאָציאַליסטישע און קאַפּיטאַליסטישע עלעמענטן פֿון דער עקאָנאָמיע, האָב איך באַמערקט, אַז די קובאַנער לעבן בתּורת דעם באַקאַנטן ייִדישן ליד „אַבי געזונט‟. דאָס אַרבעטן און אַנדערע ערנסטע אַספּעקטן פֿונעם לעבן זענען פֿאַר זיי אַ טייל פֿונעם טאָג־טעגלעגן פֿאַרווײַלן און הוליען. דער דאָזיקער הפֿקרדיקער לעבנס־שטייגער ווערט גוט אָפּגעשפּיגלט אינעם ליד „Chan chan‟ פֿונעם האַוואַנער סאָציאַלן קלוב „Buena Vista‟, וווּ אַ פֿאַרליבטער דערציילט, ווי פֿון איין שטאָט וועט ער אָנקומען אין אַ צווייטער, אין אַ דריטער, אין אַ פֿערטער, אויפֿן וועג, וואָס האָט נישט קיין סוף.

די הילע פֿון אליעזר אַראָנאָווסקיס „קובאַנער לידער‟
די הילע פֿון אליעזר אַראָנאָווסקיס „קובאַנער לידער‟

אינעם יאָר 1960, גלײַך נאָך דער קובאַנער רעוואָלוציע, האָט דער פֿאַרלאַג „האַוואַנער לעבן‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אָשר שטשוטשינסקיס זאַמלונג דערציילונגען „דאָס לעבן אויף הפֿקר‟. די מעשׂה, וואָס טראָגט דעם דאָזיקן נאָמען, איז וועגן דעם שווערן לעבן אין אַ פֿאַרשנייט שטעטל פֿון מיזרח־אייראָפּע, וווּ דאָס ייִדישע לעבן איז הפֿקר און פֿאַרן דערהרגענען אַ ייִד כאַפּט נישט די פּאָליציי דעם פֿאַרברעכער. אין אַ צאָל אַנדערע דערציילונגען גייט אַ רייד וועגן דעם פּשוטן און ראָמאַנטישן לעבן פֿון די קובאַנער פּויערים און בעל־מלאָכות. עס קאָן זײַן, אַז אויפֿן אויסקלײַבן דעם נאָמען פֿונעם בוך האָט טאַקע געווירקט דער אָרטיקער הפֿקר — אין אַ טשיקאַוון לעבעדיקן זין פֿונעם וואָרט.

דער שרײַבער אַבֿרהם־יוסף דובעלמאַן איז געבוירן געוואָרן אין אַ פּוילישער חסידישער משפּחה. זײַענדיק אַ יונגער בחור, האָט ער עמיגרירט קיין קובאַ און באַלד נאָכן אָנקומען דעביוטירט מיט אַ דערציילונג, וואָס טראָגט זייער אַ כאַראַקטעריסטישן קובאַנער נאָמען: „טענצערין‟. אין זײַן שפּעטערדיק בוך, „דער באַלאַנס‟, דערציילט ער וועגן דעם ייִדישן לעבן אין קובאַ — למשל, ווען אַ באַגעגעניש פֿון אַ קראַנקער ייִדישער פֿרוי מיט אַ קובאַנער פֿאָלק־דאָקטער, „קוראַנדעראָ‟.

צווישן די קובאַנער זענען פֿאַרשפּרייט כּלערליי סגולות, שפּרוכן, שמות און קמיעות. ביז די 1990ער יאָרן האָט די קובאַנער פּראָ־קאָמוניסטישע רעגירונג זיך באַצויגן מיט חשד צו רעליגיע און האָט פֿאַרשפּרייט אַנטי־רעליגיעזע שטימונגען. הגם קיין ערנסטע רדיפֿות קעגן גלייביקע מענטשן זענען דאָרטן נישט געווען, גייען ס׳רובֿ קובאַנער זעלטן אין די אָפֿיציעלע קאַטוילישע קלויסטערס. נישט געקוקט אויף דעם, גלייבן אַ סך פֿון זיי אין די מיסטישע כּוחות פֿון כּישופֿים און גלחים פֿון „סאַנטעריִאַ‟ — די אָרטיקע פֿאָלק־רעליגיע, וואָס אַ טייל אירע עלעמענטן שטאַמען פֿון מערבֿ־אַפֿריקע.

ווען די קראַנקע ייִדענע אין דובעלמאַנס בוך האָט זיך געטראָפֿן מיט אַ קובאַנער פֿאָלק־היילער, האָט זי אַ טראַכט געטאָן: „ווער ווייסט גאָטס דרכים? אפֿשר איז ער, דער גוי, פֿון די פֿאַרבאָרגענע צדיקים?‟. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין די חכמות פֿון „סאַנטעריִאַ‟ קאָן מען באַמערקן אַ סך ענלעכקייטן מיט די מוסולמענישע און ייִדישע סגולות פֿונעם צפֿון־אַפֿריקאַנער ראַיאָן. אַ טייל מאַראָקאַנער סגולה־ספֿרים האָבן טאַקע אַן ענלעכן טעם. אַ סך קובאַנער גלייבן אין גילגולים.

די פּוערטאָ־ריקאַנער שרײַבערין מיכענע גאָנזאַלעז־וויפּלער דערציילט אין איר בוך, אַז די קובאַנער פֿאָלק־טראַדיציע איז „וווּנדערלעך ענלעך‟ צו קבלה־מעשׂיות. זי דערקלערט אָבער נישט, פֿאַרוואָס. קיין ערנסטע פֿאַרגלײַך־שטודיעס אינעם דאָזיקן געביט האָט נאָך קיינער, דאַכט זיך, נישט דורכגעפֿירט. בעת אונדזער וויזיט קיין קובאַ, האָבן מיר געקויפֿט אַ פּאָר אינטערעסאַנטע ביכער וועגן דער אָרטיקער מיטאָלאָגיע.

בײַם שליסן מײַן ציקל אַרטיקלען וועגן קובאַ, איז כּדאַי משבח צו זײַן די קובאַנער פֿרוכטן און משקאָות. אַראָנאָווסקי שילדערט קובאַ ווי אַ „מאַמע — זון קאָרמעט דיר צוקער, און צענדליקער זאַפֿטיקע פֿרוכטן, פּלאַטאַנעס, מאַנגעס, נאַראַנכעס, און טאַבעק, גן־עדנדיק דופֿטן‟. פֿונעם ראָר־צוקער מאַכט מען אויף די קובאַנער פֿאַבריקן פֿאַרשיידענע זייער ביליקע און גאָר געשמאַקע מינים בראָנפֿן, ראָם און אַנדערע געטראַנקען, בתוכם מיט פּלאַטאַנען („plantains‟ אויף עגנליש) — אַ מין באַנאַן. אין דער שפּײַז־קראָם בײַ אונדזער האָטעל פֿאַרנעמט די אַלקאָהאָל־סחורה אַ ריזיק אָרט — דאַכט זיך, צוויי דריטל פֿון די פּאָליצעס. פֿאַר אַ ייִדישן פּאָעט און שרײַבער קענען אַזעלכע קראָמען, וואָס געפֿינט זיך ממש לעבן דעם ים, דינען ווי אַ קוואַל פֿון אינספּיראַציע.