שיף־קאָמפּאַניע אַנולירט טוניס־אָפּשטעל נאָך אַנטי־ישׂראל אַקציע

Norwegian Cruise Lines Drops Tunisia Over Anti-Israel Action

די שיף „דזשייד‟ פֿון דער „נאָרוועגישער שיף־קאָמפּאַניע‟
Getty Images
די שיף „דזשייד‟ פֿון דער „נאָרוועגישער שיף־קאָמפּאַניע‟

פֿון ייִט״אַ

Published March 13, 2014, issue of March 28, 2014.

די „נאָרוועגישע שיף־קאָמפּאַניע‟ האָט אַנולירט טוניס פֿון איר רשימה פֿון אָפּשטעל־ערטער, נאָך דעם ווי דאָס לאַנד האָט נישט דערלויבט די ישׂראלדיקע בירגער אַרויסצוגיין פֿון דער שיף.

ווען די נאָרוועגישע שיף „דזשייד‟ האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך זיך אָפּגעשטעלט אין טוניס, האָט מען שטילערהייט איבערגעגעבן די בערך 20 ישׂראלים אויף דער שיף, אַז זיי טאָרן נישט אַרויסגיין פֿון דער שיף, אויפֿן באַפֿעל פֿון דער טוניזער רעגירונג.

דער באַשלוס פֿון דער נאָרוועגישער שיף־קאָמפּאַניע איז געמאָלדן געוואָרן דורך דער אינפֿאָרמאַציע־וועבזײַט פֿאַר שיף־רײַזעס, Cruise Critic.

„מיר ווילן איבערגעבן אַ קלאָרן אָנזאָג סײַ טוניס, סײַ די אַנדערע פּאָרטן איבער דער וועלט, אַז מיר וועלן נישט טאָלערירן אַזוינע קאַפּריזנע אַקציעס פֿון דיסקרימינאַציע קעגן אונדזערע געסט,‟ האָט דערקלערט קעווין שיהאַן, דער פֿירמע־שעף פֿון דער „נאָרוועגישער שיף־קאָמפּאַניע‟.

„מיר לויבן דעם מוטיקן און אַחריותדיקן באַשלוס פֿון דער ׳נאָרוועגישער שיף־קאָמפּאַניע׳ זיך אַנטקעגנצושטעלן דער דיסקרימינאַטאָרישער פּאָליטיק פֿון דער טוניזער רעגירונג‟, האָט דערקלערט אייבראַהאַם פֿאַקסמאַן, דער לאַנדישער דירעקטאָר פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟. „זיי האָבן געלאָזט וויסן טוניס און די אַנדערע רעגירונגען, אַז אַזוינע שריט וואָס דיסקרימינירן די ישׂראלים און אַנדערע פֿעלקער, וועלן ווירקן נעגאַטיוו אויף זייער טוריזם.‟

לויט אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט, אַרויסגעלאָזט פֿון דער שיף־קאָמפּאַניע דינסטיק, האָט די פֿירמע בכלל נישט געוווּסט וועגן דער נײַער טוניזער פּאָליטיק. זי האָט דערווײַל „אַנולירט אַלע פּלאַנירטע אָפּשטעלן אין טוניס, און וועט מער נישט פֿאָרן אַהין.‟