די כּנסת שטימט פֿאַרן פּריזיוו פֿון חרדים

Israeli Lawmakers Vote to End Draft Exemption

חרדישע קינדער פּראָטעסטירט קעגן דעם פּריזיוו
Getty Images
חרדישע קינדער פּראָטעסטירט קעגן דעם פּריזיוו

פֿון רויטערס

Published March 13, 2014, issue of March 28, 2014.

מיטוואָך, דעם 12טן מאַרץ, האָט דער ישׂראלדיקער פּאַרלאַמענט גוטגעהייסן דעם קאָנטראָווערסאַלן געזעץ, לויט וועלכן די תּלמידים פֿון חרדישע ישיבֿות וועלן מער נישט באַפֿרײַט ווערן פֿונעם מיליטערישן דינסט. זינט דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל און ביז הײַנט, האָבן די חרדים נישט געדינט אין צה״ל. לויט דעם נײַעם געזעץ, וואָס מע פּלאַנירט פֿולמעכטיק אײַנצופֿירן אינעם יאָר 2017, וועלן בלויז 1,800 סאַמע אויסגעצייכנטע ישיבֿה־תּלמידים קאָנען באַפֿרײַט ווערן יעדעס יאָר פֿונעם אַרמיי־דינסט.

ס׳רובֿ וועלטלעכע ישׂראלים, בחורים און מיידלעך, גייען אין אַרמיי בײַ 18 יאָר. די שטיצער פֿונעם נײַעם געזעץ האָבן געטענהט, אַז די שטאַרק פֿרומע ייִדן מוזן אויך אויספֿירן די מיליטער־פֿליכט. אין 2017, לויטן פּלאַן, וועלן די חרדישע ישיבֿות מוזן באַזאָרגן צה״ל מיט, לכל־הפּחות, 5,200 סאָלדאַטן. אויב מע וועט נישט דערגרייכן די יערלעכע קוואָטע, וועלן אַלע תּלמידים, אַחוץ די 1,800 סאַמע אויסגעצייכנטע תּלמידי־חכמים, באַקומען די פּריזיוו־נאָטיצן; דאָס אויסמײַדן זיי וועט פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר אַ קרימינעל פֿאַרברעכן.

67 דעפּוטאַטן האָבן אָפּגעשטימט פֿאַרן נײַעם געזעץ; בלויז איינער איז געווען קעגן. די חרדישע דעפּוטאַטן, צוזאַמען מיט דער וועלטלעכער אָפּאָזיציע, האָבן בויקאָטירט די כּנסת־סעסיע.

מע איז זיך משער, אַז דער נײַער געזעץ וועט אַרויסרופֿן בײַם חרדישן סעקטאָר אַ גרויסן כּעס. לעצטנס, זענען אין ישׂראל און אַנ­דערע לענדער פֿאָרגעקומען פֿרומע מאַסן־דע­מאָנ­סטראַציעס, בעת וועלכע אַ טייל באַ­טייליקטע האָבן אויסגענוצט גאָר שאַרפֿע ווערטער קעגן דער ישׂראלדיקער מלוכה. ווי מע האָט איבערגעגעבן אויף דער וועבזײַט „כּיכּר־השבת‟, האָט דער אָרטאָדאָקסישער כּנסת־דעפּוטאַט משה גפֿני געטענהט, אַז ישׂראל האָט „פֿאָרלאָזן דאָס רעכט צו טראָגן דעם נאָמען פֿון אַ ייִדישער און אַ דעמאָקראַטישער מולכה‟, און האָט געוואָרנט, אַז די חרדים וועלן קיינמאָל נישט מוחל זײַן דעם פּרעמיער און זײַנע שותּפֿים פֿאַרן דאָזיקן באַשלוס.