ייִדישע ליטעראַטור אין ישׂראל: איר אויפֿבלי און...?

Yiddish Literature in Israel: Its Blossoming and...?

גאָלדע מאיר באַגריסט די ייִדישע שרײַבער בעת דער עפֿענונג פֿון „בית־לייוויק”, 1970
Forward Association
גאָלדע מאיר באַגריסט די ייִדישע שרײַבער בעת דער עפֿענונג פֿון „בית־לייוויק”, 1970

פֿון משה לעמסטער

Published March 13, 2014, issue of March 28, 2014.

כאָטש מע האָט דאָ געשטערט, ניט געהאָלפֿן, געמאַכט זיך ניט וויסנדיק און ניט זעענדיק, האָט שוין די ייִדישע ליטעראַטור אין ישׂראל אַ „שטיקל‟ אייגענע געשיכטע! צי עמעצער וויל עס, צי וויל עס ניט, נאָר די דאָזיקע געשיכטע געהערט צו דעם ייִדישן לאַנד; זי איז אַ טייל פֿון איר היסטאָרישער און קולטורעלער אַנטוויקלונג.

ייִדיש אין פּאַלעסטינע האָט מען גערעדט שוין אין 19טן יאָרהונדערט און פֿון צײַט צו צײַט אַרויסגעגעבן דאָ ביכער אויף ייִדיש. ערגעץ אינעם יאָר 1890 איז אין ירושלים דערשינען דאָס בוך „אַ חוצפּה: די בריסקער רביצין וויל חרובֿ מאַכן ירושלים‟. אין 1909 האָט אַבֿרהם גראַיעווסקי אַרויסגעלאָזט אין ירושלים „ארץ־ישראל: האַנדבוך פֿיר רײַזענדע, ביז און אין ארץ־ישראל‟. ייִדישע ביכער זענען אַרויס אין די 1920ער און אין די 1930ער יאָרן. אין די 1930ער איז געווען אָרגאַניזירט דער ייִדישער שרײַבער־פֿאראיין. עס האָבן אָנגעהויבן אַרויסגיין אויף ייִדיש פֿאַרשיידענע צײַטשריפֿטן, צײַטונגען… אַזוי האָט אָנגעהויבן גרינען און בליִען די ישׂראלדיקע צווײַג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

אַ וויכטיק בוך פֿאַר די וואָס ווילן פֿאָרשן די געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ישׂראל, האָט אַרויסגעגעבן אַריה לייב פּילאָווסקי; עס הייסט, „צווישן יאָ און ניין — ייִדיש און ייִדיש־ליטעראַטור אין ארץ־ישׂראל, 1907־1948‟, תּל־אָבֿיבֿ, 1986. דער מחבר באַשרײַבט, זאָלן מיר זאָגן, דעם ערשטן עטאַפּ פֿון דער געשיכטע. אין 1928 איז אין ירושלים אַרויס די ליטעראַרישע בראָשור „אָנהייב‟, וועגן וועלכער פּילאָווסקי שרײַבט אין זײַן בוך: „׳אָנהייב׳ איז אַ קערפּונקט אין דער ייִדיש־ליטעראַטור אין א”י. דעמאָלט איז אויפֿגעקומען, צום ערשטן מאָל, אַ ביז גאָר קליינע גרופּע שרײַבערס, וואָס האָט געשטרעבט אַרויסגעבן און פֿאַרשפּרייטן די ייִדיש־ליטעראַטור געשאַפֿן אין לאַנד.‟ אין 1929 האָט דער „ייִדיש־ליטעראַטן־ און ־זשורנאַליסטן קלוב אין ארץ־ישׂראל‟ אַרויסגעגעבן אין תּל־אָבֿיבֿ זײַן ערשטע ליטעראַרישע בראָשור „איינס‟. שפּעטער איז דערשינען „צוויי‟, „צווישן צוויי און דרײַ‟, „מײַ‟, „יוני‟, „דרײַ‟, „חיפֿה‟, „פֿיר‟… דער ייִדיש־שרײַבער קלוב האָט געמוזט בײַטן די טיטלען, ווײַל עס איז געווען פֿאַרבאָטן אַרויסצוגעבן אין ארץ־ישׂראל, פּעריאָדישע אויסגאַבעס אויף ייִדיש.

אין 1948 איז אויפֿגעקומען די מדינה, עס הייבט זיך אָן דער צווייטער עטאַפּ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע אין ישׂראל. דאָס איז געווען די תּקופֿה פֿון פּובליקאַציע „די גאָלדענע קייט‟ (גרינדער און הויפּט־רעדאַקטאָר אַבֿרהם סוצקעווער) — דער סאַמע בליִענדיקער, פֿרוכטבאַרער פּעריאָד פֿאַר דער ליטעראַטור אויף מאַמע־לשון אין לאַנד. עס ווערט געגרינדעט „י. ל. פּרץ פֿאַרלאַג‟, עס קומט אויף די טאָג־צײַטונג „לעצטע נײַעס‟ (גרינדער און רעדאַקטאָר מ. צאַנין). עס הייבן אָן אַרויסגיין הונדערטער ביכער אויף ייִדיש. ס’צעוואַקסט זיך די אַרבעט פֿונעם „פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל‟. דער לאָקאַל פֿונעם פֿאַראיין האָט זיך אַ צענדליק יאָרן געפֿונען אין תּל־אָבֿיבֿ, אויף דבֿ הוז 27, אין אַ קעלערשטוב, צי ווי מע פֿלעג דאָס רופֿן מעטאַפֿאָריש — „דער קעלער‟.

אָט ווי ס‘באַשרײַבט אין זײַנע דערמאָנונגען די דאָזיקע צײַט דער דעמאָלטיקער סעקרעטאַר פֿונעם פֿאַראיין, ישׂראל רודניצקי: „דער קעלער איז שטענדיק געווען אָנגעלאָדן מיט ליכטיקע פּנימער. די ווענט אין זאַל האָבן געטרעשטשעט אונטערן לאַסט פֿון פּאָעזיע און פּראָזע, פֿון הויכראַנגיקע ליטעראַרישע פֿאַרמעסטונגען, ווען ס’פֿלעגן אַרויסטרעטן מיט רעפֿעראַטן סוצקעווער, צאַנין, דבֿ סדן, גראָס־צימערמאַן… דער קעלער איז געווען דאָס ליכטיקסטע ווינקעלע אין תּל־אָבֿיבֿ… יעדן מאָנטיק פֿלעגט זיך אין קעלער און אַרום קעלער צונויפֿקלײַבן אַן עולם פֿון 200 ביז 300 צוהערערס…‟ מיר וועלן צוגעבן, אַז אין קעלער פֿלעגן זײַן לעיעלעס, אַהרון צייטלין, מאַנגער, לייוויק…

דער וויכטיקסטער אויפֿטו פֿונעם פֿאַראיין, דער הויכפּונקט פֿון זײַן טעטיקייט איז געווען די קאָמפּאַניע אויפֿצושטעלן אַ הויז פֿאַר די ישׂראלדיקע ייִדישע שרײַבערס אויפֿן נאָמען פֿון ה. לייוויק. פֿאַר די צילן איז באַשטימט געוואָרן צו קויפֿן אַ שטוב און זי איבערבויען אין אַ פּאַסיק הויז. די אָרגאַניזאַציאָנעלע אַרבעט האָט זיך אָנגעהויבן אין יאָר 1964, און אין 1970 האָט דער „פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל‟ באַקומען אַן אַדרעס: דבֿ הוז, 30. געלט פֿאַר דער געבײַדע האָבן געגעבן שרײַבער, זשורנאַליסטן, ספּעציעלע קאָמיטעטן, פּריוואַטע מענטשן, ליבהאָבער פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור.

הונדערטער ישׂראלים האָבן געגעבן פֿאַר דער בויונג ווער 50 ליר, ווער 20, ווער 5… די ייִדישע שרײַבערס אין ישׂראל האָבן באַקומען זייער הויז, אַזוי ווי די העברעיִשע, וואָס האָבן געהאַט „בית־טשרניחובֿסקי‟, „בית־סוקולובֿ‟. דאָס „לייוויק־הויז‟ איז אַ דרײַ־שטאָקיקע געבײַדע, מיט גרויסע ליכטיקע צימערן, מיט אַ זאַל אויף אַ 120 מענטשן, מיט אַ ביבליאָטעק, מיט ה. „לייוויק־פֿאַרלאַג‟… די טעטיקייט פֿון „לייוויק־הויז‟ גייט שוין באַלד אָן 45 יאָר. ווער פֿון די הײַנטצײַטיקע ייִדישע שרײַבערס און דיכטערס האָט דאָ ניט געלייענט זײַנע לידער, זײַנע דערציילונגען, ניט אויפֿגעטראָטן מיט רעפֿעראַטן, מיט לעקציעס?…

„לייוויק־הויז‟ איז געוואָרן דער סימבאָל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ישׂראל, פֿון אירע שעפֿערישע דערגרייכונגען, דאָ אין דער מדינה. נאָר איין בײַשפּיל: די צוויי־בענדיקע אַנטאָלאָגיע „ייִדיש־ליטעראַטור אין מדינת־ישׂראל‟, וואָס איז דערשינען אין „לייוויק־פֿאַרלאַג‟, 1991. אין אַרײַנפֿיר־וואָרט צו דער אויסגאַבע איז געשריבן, אַז די אַנטאָלאָגיע: „דאָקומענטירט דעם קולטור־היסטאָרישן פֿאַקט, אַז אין מדינת־ישׂראל איז אויפֿגעקומען אַן אָריגינעלע צווײַג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אַ צווײַג וואָס אין משך פֿון דער צײַט האָט זי זיך צעוואַקסן, אַליין געוואָרן אַ שטאַם…‟ אין דער „אַנטאָלאָגיע‟ זענען אַרײַן די יצירות פֿון 204 מחברים.

נאָר די צײַט לויפֿט! עס בלײַבן אַלץ ווייניקער ייִדישע שרײַבערס, ייִדישע זשורנאַליסטן. עס האָבן אויפֿגעהערט אַרויסצוגיין דער זשורנאַל „די גאָלדענע קייט‟ און די צײַטונג „לעצטע נײַעס‟, ס‘האָט זיך פֿאַרמאַכט דער „י. ל. פּרץ־פֿאַרלאַג‟… מע קאָן זאָגן, אַז ס’דערנענטערט זיך די „ענדגילטיקע לייזונג פֿון דער ייִדיש־פֿראַגע‟ אין ישׂראל…

עס שוועבט שוין אויף אויפֿן טאָג־סדר די פֿראַגע וועגן פֿאַרקויפֿן דאָס „לייוויק־הויז‟, און דינגען עפּעס אַ דירה אויף צו פֿירן דאָרט אַ טעטיקייט, ווײַל עס קאָסט זייער טײַער אויסצוהאַלטן די געבײַדע. ווי ס’האָט געזאָגט אויף דעם פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטערן: „פֿאַרקויפֿנדיק ׳בית־לייוויק׳ און, קויפֿנדיק אַ דירה, וועלן מיר באַקומען אַ קבֿר מיט אַן אַדרעס‟. איך מיין, אַז בעסער איז אַ „לייוויק־הויז‟ אָן אַ טעטיקייט, איידער „אַ טעטיקייט‟ אָן „לייוויק־הויז‟! (דאַנקען גאָט, הײַנט עקזיסטירט און פֿירט אַ פֿולבלוטיק ייִדיש־קולטור־־טעטיקייט „בית שלום־עליכם‟).

פֿאַר מיר איז קלאָר, די ווענט פֿון אונדזער שרײַבערישער היים זײַנען געהייליקט פֿון די ייִדישע שרײַבערס, וועלכע פֿלעגן אַרויסטרעטן דאָ, קומען אַהער. אין „לייוויק־הויז‟ לעבט און אָטעמט די נשמה, דער גײַסט, פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ישׂראל, און „לייוויק־הויז‟ איז איר בית־המיקדש! צי וועלן מיר, די, פֿאַר וועמען איז טײַער און הייליק ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור דערלאָזן, אַז מע זאָל פֿאַרקויפֿן איר נשמה, איר בית־המיקדש? וואָס זאָגסטו אויף דעם, טײַערער לייענער?…