טעאַטער אין אָנדענק פֿון אַנאַ פֿראַנק

New Anne Frank Theater in Amsterdam

דער קאַנאַל לעבן אַנאַ פֿראַנקס מוזיי אין אַמסטערדאַם, דורך וועלכן מע וועט קאָנען אָנקומען אינעם נײַעם טעאַטער אויף אַ ספּעציעלן פּאַראָם.
Wikimedia Commons
דער קאַנאַל לעבן אַנאַ פֿראַנקס מוזיי אין אַמסטערדאַם, דורך וועלכן מע וועט קאָנען אָנקומען אינעם נײַעם טעאַטער אויף אַ ספּעציעלן פּאַראָם.

פֿון ייִט״אַ

Published March 14, 2014, issue of April 11, 2014.

אין אָנדענק פֿונעם 70סטן יאָרטאָג פֿון אַנאַ פֿראַנקס דעפּאָרטאַציע און טויט, וועט מען אין אַמסטערדאַם עפֿענען אַ נײַעם טעאַטער, וווּ מע וועט כּסדר שפּילן דעם זעלבן ספּעקטאַקל, וואָס וועט הייסן „ANNE‟, וועלכער איז געשאַפֿן געוואָרן נאָך אַ בקשה פֿון דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון אַנאַ פֿראַנק‟, מיטן צענטער אין באַזעל — אַ נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציע, געגרינדעט אינעם יאָר 1963 דורך אָטאָ פֿראַנק, דער טאַטע פֿונעם אומגעקומענעם מיידל. די פֿונדאַציע איז דער אויסשליסלעכער אייגנטימער פֿון די מחברים־רעכט איבער אַלע געשריבענע ווערק פֿון דער משפּחה, אַרײַנגערעכנט אַנאַ פֿראַנקס וועלט־באַרימטן טאָגבוך.

מיטוואָך, דעם 12טן מאַרץ, האָט מען צום ערשטן מאָל באַקענט די פּרעסע מיטן נײַעם טעאַטער. אין מײַ, פּלאַנירט מען אָנהייבן שפּילן דעם ספּעקטאַקל, אין וועלכן עס וועט זיך באַטייליקט אַ טרופּע פֿון בערך 20 האָלענדישע אַקטיאָרן. די קאָמערציעלע קינאָ־פֿירמע „Imagine Nation‟, וועלכע האָט פּראָדוצירט די אונטערנעמונגען און אויפֿגעשטעלט דעם טעאַטער־בנין, האָט איבערגעגעבן, אַז די צוקוקער וועלן קאָנען, מיטאַמאָל, הערן דעם ספּעקטאַקל איבערגעזעצט אויף זיבן שפּראַכן.

דער נײַער טעאַטער אין דער האָלענדישער הויפּטשטאָט פֿאַרנעמט בערך 4,000 קוואַדראַט־יאַרד און האָט זיץ־ערטער פֿאַר 1,100 מענטשן. אילן רוס, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער קינאָ־פֿירמע, האָט זיך אָפּגעזאָגט אויסצוזאָגן, וויפֿל געלט מע האָט אינוועסטירט אינעם פּראָיעקט. איוועס קוגעלמאַן, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער פֿונדאַציע, האָט איבערגעגעבן, אַז די בילעטן אויפֿן ספּעקטאַקל וועלן קאָסטן 50־100 דאָלאַר. דער רווח וועט אויסגענוצט ווערן פֿאַר בילדונג־פּראָגראַמען, ווי אויך פֿאַר חסד־פּראָיעקטן, ייִדישע און נישט־ייִדישע. קוגעלמאַן האָט צוגעגעבן, אַז דאָס געלט פֿאַרן נײַעם טעאַטער־בנין און פֿאַרן שאַפֿן דעם ספּעקטאַקל איז נישט געקומען פֿון זײַן אָרגאַניזאַציע. אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט ער דערקלערט, אַז דאָס וועט זײַן די ערשטע טעאַטער־פּראָגראַם, באַגרינדעט אויף אַלע אָריגינעלע דאָקומענטן פֿון אַנאַ פֿראַנק און איר משפּחה. די פֿונדאַציע האָט אויסגעאַרבעט דעם סצענאַר און געמאַכט זיכער, אַז דער ספּעקטאַקל זאָל שטימען מיט די היסטאָרישע פֿאַקטן.

דער טעאַטער געפֿינט זיך 1.5 מײַל אויף צפֿון־מערבֿ פֿון אַנאַ פֿראַנקס היסטאָרישן מוזיי, וועלכער האָט נישט געהאַט קיין שײַכות צו דעם נײַעם פּראָיעקט. די צוקוקער וועלן אָנקומען פֿונעם מוזיי אינעם טעאַטער אויף אַ ספּעציעלן פּאַראָם. דער מוזיי געפֿינט זיך אינעם הויז, וווּ אַנאַ פֿראַנק האָט זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די נאַציס ביז 1944, ווען מע האָט זי געכאַפּט און אָפּגעשיקט אין די טויט־לאַגערן.

דער ספּעקטאַקל איז געשאַפֿן געוואָרן דורכן האָלענדישן פּראָדוסער קעעס אַבראַהאַמס און דעם אַמעריקאַנער בראָדוויי־פּראָדוסער ראָבין דע לעוויטאַ.