זכרונות פֿון אַן אַנטי־ציוניסטישן ישׂראלי

The Memoirs of an Anti-Zionist Israeli

עקיבֿא אור כאַפּט אַ שמועס מיט אַ יונגן מאַן
עקיבֿא אור כאַפּט אַ שמועס מיט אַ יונגן מאַן

פֿון עדי מהלאל

Published March 16, 2014, issue of April 11, 2014.
דער שער־בלאַט פֿון עקיבֿא אורס זכרונות „הבֿזקים‟
דער שער־בלאַט פֿון עקיבֿא אורס זכרונות „הבֿזקים‟

דעם לעצטן פֿעברואַר, האָט מען אָפּגעמערקט די ערשטע יאָרצײַט פֿון עקיבֿא אור (2013-1931). אור איז געווען לאַנגע יאָרן אַ פּאָליטישער אַקטיוויסט אין ישׂראל, בײַ די ראַדיקאַל-לינקע קרײַזן און אַ שרײַבער. ער איז געבוירן געוואָרן אין דײַטשלאַנד אין בערלין בײַ ליבעראַלע ייִדישע עלטערן. די מאַמע האָט באַשלאָסן צו עמיגרירן קיין פּאַלעסטינע אין 1934, אַ יאָר נאָך היטלערס קומען צו דער מאַכט. דער לעצטער טראָפּן, וואָס האָט זי פֿעסט איבערצײַגט צו פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד, איז געווען אַן אינצידענט, וווּ איר קליינטשיקער זון האָט אויף דער גאַס, זיצנדיק אין זײַן וועגעלע, נאָכגעמאַכט אַ דײַטשישן סאָלדאַט — אָפּגעגעבן אַ נאַצישן סאַלוט.

אין פּאַלעסטינע פֿלעגן די עלטערן, ווי אַ סך יעקעס, וואָס האָבן זיך ווי עס איז אײַנגעאָרדנט אין דעם לאַנד, גוט פֿאַרברענגען אונטער דער זון, ווי אויף וואַקאַציע. ווען עקיבֿא איז געווען בלויז 14 יאָר אַלט, האָט מען אים שוין מאָביליזירט אין די „הגנה‟-כּוחות, ער האָט אויך געקעמפֿט אין 1948 אין דעם ים-פֿלאָט. נאָכן פֿאַרענדיקן דאָס מיליטער-דינסט אין 1950, האָט אור געפֿונען אַן אַרבעט בײַ דעם ישׂראלדיקן מיסחר-פֿלאָט. פֿון אָט דעם ביאָגראַפֿישן פּונקט, הייבן זיך אָן אורס זכרונות, וואָס זענען דערשינען אין 2005 אונטערן טיטל „הבֿזקים‟־„בליצן‟.

פֿאַר וואָס הייבן זיך די זכרונות אָן דווקא מיט דעם פּרט? ווײַל דאָרט, אַרבעטנדיק ווי אַ מאַטראָס אויף דער פֿראַכט-שיף „תּל-אָבֿיבֿ‟, האָט זיך בײַם אים, צוערשט, אַנטוויקלט דאָס פּאָליטישע באַוווּסטזײַן. ווי אַזוי? אין 1951, זײַענדיק בלויז 20 יאָר אַלט, האָט ער אָנטייל גענומען אין אַ שטרײַק, פּראָטעסטירנדיק קעגן די גאָר שלעכטע אַרבעט-באַדינגונגען פֿון די מאַטראָסן (ער האָט זיך, למשל, געחידושט ווי עס איז מעגלעך, אַז נאָך דרײַ חדשים אַרבעט אויף דער שיף, איז ער געבליבן נאָך שולדיק דער קאָמפּאַניע הוצאָות-הדרך, אַנשטאָט צו באַקומען זײַנע שׂכירות). די שיף האָט געהערט צו דער „צים‟-קאָמפּאַניע: 51% האָט געהערט דער הסתּדרות, און 49% — דער סוכנות. וואָס איז דער אַבסורד?

ווען אור איז געגאַנגען באַקלאָגן זיך פֿאַרן „מאַטראָסן-פֿאַראיין‟, האָט ער ערשט דעמאָלט פֿאַרשטאַנען, אַז דער סעקרעטאַר דאָרט האָט אַליין קיינמאָל אין זײַן לעבן נישט געאַרבעט ווי אַ מאַטראָס; דעריבער האָט דער סעקרעטאַר מער פֿאַרטיידיקט די אינטערעסן פֿון די אַרבעט-געבער, איידער פֿאַרזיכערט די אינטערעסן פֿון די אַרבעטער. בקיצור, נאָך דעם וואָס די הסתּדרות האָט זיך אָפּגעזאָגט צו אָנערקענען די וואַלן-רעזולטאַטן, וווּ זייער קאַנדידאַט האָט פֿאַרשפּילט, האָבן די מאַטראָסן דערקלערט אַ שטרײַק.

אין ניו-יאָרק, האָט אור צום ערשטן מאָל פֿאַרשטאַנען דעם באַגריף „אינטערנאַציאָנאַלע סאָלידאַריטעט פֿונעם אַרבעטער-קלאַס‟, בשעת די ניו-יאָרקער פּאָרט־אַרבעטער האָבן פֿאָרגעלייגט נישט אַראָפּצולאָדן דעם פֿראַכט פֿון זייער שיף מחמת זייער שטרײַק.

שפּעטער אין חיפֿה-פּאָרט, האָט בן-גוריון געבראָכן דעם שטרײַק מיט גוואַלד און אָן אַ שיעור פּאָליציאַנטן. „אין די שולן לערנט מען, אַז די ראָלע פֿון דער פּאָליציי איז צו היטן דעם געזעץ. אַ שטרײַק איז געזעצלעך…‟, — שרײַבט אור און גיט צו: „אין דעם שטרײַק פֿון די מאַטראָסן האָב איך אײַנגעזען, אַז די פּאָליציי פֿאַרטיידיקט די רעגירונג, און נישט דעם געזעץ.‟

די קאָמפּאַניע „צים‟ האָט אורן אַרײַנגענומען אין איר „שוואַרצער ליסטע‟, און פֿון דעמאָלט אָן איז ער מער-ווייניקער געוואָרן טעטיק אין דער ישׂראלדיקער קאָמוניסטישער פּאַרטיי מק”י. „אין די קומענדיקע יאָרן‟, — דערציילט ער, — „האָב איך געזען ווי די פּאָליציאַנטן גרײַפֿן אָן די שטרײַקן און פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס איבער דער גאַנצער וועלט, אָבער איך האָב קיינמאָל נישט געזען פּאָליציאַנטן, וואָס גרײַפֿן אָן די אַרבעט-געבערס.‟

אור איז געוואָרן צום מערסטנס באַרימט צוליב זײַנע ווײַטערדיקע טעטיקייטן. אין די אָנהייב 1960ער יאָרן האָט ער מיט אַ פּאָר אַנדערע חבֿרים זיך אָפּגעטיילט פֿון די קאָמוניסטן און געגרינדט „די ישׂראלדיקע סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציע‟, וואָס איז בעסער באַקאַנט ווי „מצפּן‟ (אַ קאָמפּאַס). „מצפּן‟ איז געווען מער אַנטי-ציוניסטיש געשטימט, ווי די קאָמוניסטן. דאָך, שוין בײַ די קאָמוניסטן, האָט ער אַנטוויקלט אַ קריטישן צושטאַנד כּלפּי דעם ציוניסטישן נאַראַטיוו. „דער ישׂראל-פּאַלעסטינער סיכסוך‟, שרײַבט ער, „שטאַמט נישט פֿון נאַציאָנאַלער שׂינאה. די שׂינאה שטאַמט פֿון דעם פֿאַרטרײַבן די אַלט-געזעסענע תּושבֿים, וואָס האָבן דאָרט געלעבט איבער אַ טויזנט יאָר; זיי זענען פֿאַרטריבן געוואָרן דורך אימיגראַנטן-קאָלאָניסטן… קיין רעליגיע האָט נישט דעם זכות צו פֿאַרטרײַבן אַן אַנדער פֿאָלק.‟

די קאָמוניסטישע פּאַרטיי האָט ער פֿאַרלאָזן, נישט ווײַל ער איז געוואָרן אַ קאַפּיטאַליסט, חלילה. ער איז נאָך מסכּים געווען מיט זייער קריטיק פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם, אָבער געקומען צו דער מסקנא, אַז אַ רעגירונג וואָס האַלט די גאַנצע עקאָנאָמיע אין אירע הענט, איז אויך נישט געוווּנטשן. נאָך דער סאָוועטישער אינוואַזיע אין אַונגאַרן, איז אור אַלץ מער און מער ניכטער געוואָרן „פֿון דער אילוזיע, אַז אַ מלוכה, וווּ די רעגירונג הערשט איבער דער עקאָנאָמיע, איז בעסער פֿון אַ מלוכה פֿון פּריוואַט-אייגנטום. ביידע סאָרטן רעגירונגען עקספּלואַטירן און דריקן אונטער ס‘רובֿ מענטשן, וואָס לעבן דאָרט. אין איין סאָרט הערשן די קאַפּיטאַליסטן, אין דעם צווייטן — די מלוכה-באַאַמטער.‟

אורס זכרונות „הבֿזקים‟, איז רעקאָמענדירט פֿאַר יעדן, וואָס איז פֿאַראינטערעסירט אין דער געשיכטע פֿון ישׂראל פֿון אַ נישט-הויפּשטראָמיקן קוקווינקל; און פֿאַר די, וואָס האָבן אַן אינטערעס אין ראַדיקאַל-לינקער פּאָליטיק פֿונעם 20סטן י”ה, צווישן די אַזוי גערופֿענע אַלטע און נײַע לינקע. עקיבֿא אורס ירושה איז אַרויסגעקומען פֿונעם גיין קעגן דעם שטראָם, און פֿון אַ שטענדיק התחײַבֿות צו שאַפֿן אַ בעסערער און שענערער וועלט פֿאַר אַלעמען.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.