בשותּפֿותדיקע מנינים — נישט בלויז פֿאַר פֿעמיניסטן

Partnership Minyanim Attractive Not Just For its Feminism

„קהילת בארות‟, אין באר־שבֿע
„קהילת בארות‟, אין באר־שבֿע

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 18, 2014, issue of April 11, 2014.

במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים בושעוועט אַ מחלוקת אויף דער ייִדישער גאַס וועגן די אַזוי־גערופֿענע בשותּפֿותדיקע מנינים — די ליבעראַל־אָרטאָדאָקסישע עדות, וואָס דערלויבן פֿרויען אָנצופֿירן מיט געוויסע טיילן פֿונעם דאַווענען.

אויפֿן ערשטן בליק זעען די מנינים אויס ווי טראַדיציאָנעל-אָרטאָדאָקסישע: דער עולם הייבט נישט אָן דאַווענען, ביז עס באַווײַזן זיך נישט צען מענער; דאָס גאַנצע דאַווענען איז אויף לשון־קודש און נעמט אַרײַן די זעלבע תּפֿילות ווי אין אַנדערע אָרטאָדאָקסישע שילן; די מענער און פֿרויען זיצן אָפּגעזונדערט דורך אַ מחיצה; און בלויז מענער פֿירן אָן מיט שחרית, מינחה, מערבֿ און מוסף.

נאָר וואָס דען? די פֿרויען מעגן יאָ אָנפֿירן מיט די תּפֿילות, וואָס זענען נישט על־פּי־דין באַגרענעצט לויט דער צײַט פֿון טאָג: קבלת־שבת, פּסוקי־דזמרה, לייענען תּורה און באַקומען עליות, און זיי קאָנען אויך אָפּהאַלטן די דבֿר־תּורה.

הגם די בשותּפֿותדיקע מנינים עקזיסטירן שוין איבער צען יאָר (דער ערשטער, „שירה חדשה‟, איז געגרינדעט געוואָרן אין ירושלים אין 2002), האָבן זיי במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע עטלעכע יאָר זיך שטאַרק פֿאַרשפּרייט איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל, און מע זעט שוין אויך שפּראָצונגען אין אַנדערע ערטער, ווי לאָנדאָן און מעלבורן. לויט דער וועבזײַט פֿון דער „ייִדישער אָרטאָדאָקסישער פֿעמיניסטישער אַליאַנץ‟ (JOFA), געפֿינען זיך הײַנט מער ווי צוואַנציק אַזוינע עדות, הגם נאָר אַ טייל פֿון זיי טרעפֿן זיך יעדן שבת.

לויט אַן אומפֿאָרמעלער אויספֿאָרשונג פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, זענען ס׳רובֿ פֿון די גרינדער און באַטייליקטע אין די מנינים דווקא ייִדן, וועלכע זענען דערצויגן געוואָרן אין מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע משפּחות און זיך געלערנט אין די אָרטאָדאָקסישע טאָגשולן. אין „לכו נרננה‟, אַ בשותּפֿותדיקער מנין אין באַלאַ סינוווּד, פּענסילוועניע, למשל, זענען צווישן 80 און 90 פּראָצענט פֿון די מתפּללים פֿון אָרטאָדאָקסישע משפּחות, גיט איבער מײַקל גאָרדאָן, דער פּרעזידענט פֿונעם מנין.

אפֿשר דערפֿאַר רופֿט דער פֿענאָמען אַרויס אַזוי פֿיל קריטיק בײַ דער אײַנגעפֿונדעוועטער אָרטאָדאָקסישער קהילה. הרבֿ הערשל שעכטער, אַ ראש־ישיבֿה אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט, האָט אין אַן אַרטיקל לעצטנס געטענהט, אַז ווען אַ פֿרוי דינט ווי אַ בעל־תּפֿילה׳טע אָדער בעל־קורא׳טע, איז עס עובֿר אויף די דינים פֿון צניעות און אויפֿן חשיבֿות פֿון דער קהילה.

אינעם לעצטן נומער Tradition, האָבן די רבנים דבֿ און אַריה פֿרימער געמאַכט אַ פּרטימדיקן אַנאַליז וועגן דעם, צי אַ פֿרוי מעג דינען ווי אַ בעל־קורא׳טע, און זענען געקומען צום אויספֿיר, אַז די הלכה דערלויבט עס נישט. דערצו האָט דער „אַמעריקאַנער רבנים־ראַט‟ (RCA) אַרויסגעלאָזט דאָקומענטן, אויסדריקנדיק אַן ענלעכע שטעלונג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.