בשותּפֿותדיקע מנינים — נישט בלויז פֿאַר פֿעמיניסטן

Partnership Minyanim Attractive Not Just For its Feminism

„קהילת בארות‟, אין באר־שבֿע
„קהילת בארות‟, אין באר־שבֿע

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 18, 2014, issue of April 11, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די תּלמידי־חכמים, וואָס שטיצן אָבער יאָ די בשותּפֿותדיקע מנינים, ווי הרבֿ דניאל ספּערבער, אַ תּלמוד־פּראָפֿעסאָר אין „בר־אילן אוניווערסיטעט‟, טענהן, אַז דאָס דערלויבן פֿרויען אָנצופֿירן מיט געוויסע טיילן פֿונעם דאַווענען שטימט מיטן דין פֿון „כּבֿוד־הבריות‟. ד״ר חיים טראַכטמאַן, דער מחבר פֿונעם בוך Men and Women in Communal Prayer, און אַ גרינדער פֿון אַ בשותּפֿותדיקן מנין אין ווײַט־פּליינס, ניו־יאָרק, שרײַבט, אַז במשך פֿון דער ייִדישער געשיכטע האָבן די רבנים אָפֿט געזוכט אופֿנים ווי צו זײַן בייגעוודיק מיט דער הלכה, כּדי זיך צוצופּאַסן צו נײַע באַדינגונגען אין דער אַלגעמיינער וועלט: דאָס דערלויבן ייִדן צו פֿירן געשעפֿטן מיט קריסטן; די באַמיִונגען צו טאָן אַלץ מעגלעך, כּדי נישט צו באַצייכענען אַ קינד ווי אַ ממזר, און די דעבאַטע הײַנט אין ישׂראל וועגן די דינים פֿון שמיטה, און ווי אַזוי מע קען העלפֿן מענטשן, זיי זאָלן נישט שטאַרק לײַדן אין דער פּרנסה.

אַ צאָל אָרגאַניזירער פֿון די בשותּפֿותדיקע מנינים, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אויסגעפֿרעגט, האָבן דערקלערט, אַז זיי זענען געקומען צו דעם געדאַנק נאָך אַ יאָרן־לאַנגער אַנטוישונג אין די טראַדיציאָנעלע אָרטאָדאָקסישע מנינים. פּאַם ערענקראַנץ, אַ חתונה־געהאַטע מאַמע פֿון דרײַ טעכטער און איינע פֿון די גרינדער פֿון אַ בשותּפֿותדיקן מנין אין סטאַמפֿאָרד, קאָנעטיקאָט, זאָגט, אַז זי האָט פֿיר יאָר לאַנג געפּרוּווט איבערצײַגן דעם רבֿ פֿון דער אָרטיקער אָרטאָדאָקסישער שיל צו געבן פֿרויען אַ ראָלע במשך פֿונעם דאַווענען שבת אין דער פֿרי, כאָטש נאָר צו לייענען די תּפֿילות פֿאַר מדינת־ישׂראל און דער אַמעריקאַנער רעגירונג, אָבער זי האָט דערפֿילט ווי זי רעדט צו דער וואַנט. אַפֿילו איר טאַטע האָט נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס דער ענין גייט איר אַזוי אָן.

„איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַן אָרטאָדאָקסישער היים, וווּ מע האָט שטאַרק באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון לערנען תּורה,‟ האָט זי דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟. „ווען איך הער ווי אַ בעל־קורא מאַכט כּסדר גרײַזן בײַם לייענען די פּרשה, ברענגט עס מיך אַרויס פֿון די כּלים, און טאַקע דערפֿאַר האָב איך זיך אַליין אויסגעלערנט צו לייענען. אָבער ווען מײַן טאַטע האָט איין מאָל געזען ווי איך זיץ אין קיך און לערן זיך ווי צו לייענען אַ פּרק פֿון דער תּורה צו מײַן טאָכטערס בת־מיצווה, האָט ער געזאָגט: ׳כ׳ווייס נישט פֿאַר וואָס דו פּטרסט צײַט צו טאָן אַ זאַך, וואָס דו מוזסט סײַ־ווי נישט טאָן.׳‟

ערענקראַנץ האַלט, אַז אַזאַ צוגאַנג איז די סיבה פֿאַר וואָס אַ סך מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע מאַמעס בלײַבן שבת אין דער פֿרי אין דער היים מיט זייערע קינדער. „אַ סך פֿון זיי ווילן נישט גיין אין אַ שיל, וווּ מע הערט בכלל נישט קיין פֿרויס קול,‟ האָט זי געזאָגט.

„קול שׂשׂון‟, אַ בשותּפֿותדיקער מנין אין סקאָקי, אילינוי, פּראַוועט אַ מלווה־מלכּה לכּבֿוד איר 10טן יובֿל
„קול שׂשׂון‟, אַ בשותּפֿותדיקער מנין אין סקאָקי, אילינוי, פּראַוועט אַ מלווה־מלכּה לכּבֿוד איר 10טן יובֿל

הגם די בשותּפֿותדיקע מנינים באַזאָרגן פֿרויען ווי פּאַם ערענקראַנץ מיט אַ געלעגנהייט עפֿנטלעך זיך צו באַטייליקן אינעם בציבורדיקן דאַווענען, אַפּעלירן די מנינים נישט בלויז צו די פֿרויען. אַחיקם פֿערבער צור־אל, אַ טאַטע פֿון צוויי קינדער און אַן אָרגאַניזירער פֿון „קהילת בארות‟ — אַ בשותּפֿותדיקער מנין אין באר־שבֿע, ישׂראל — איז שוין פֿון לאַנג נישט צופֿרידן מיט דער טראַדיציאָנעלער צעטיילונג פֿון די ראָלעס פֿאַר ייִנגלעך און מיידלעך. „איך האָב אַן 8־יאָריק ייִנגל און אַ 5־יאָריק מיידל,‟ האָט ער געזאָגט. „ס׳איז מיר שווער צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס מײַן זון דאַרף איך מוטיקן צו לערנען תּורה און זיך באַטייליקן אין אַ מנין, אָבער מײַן טאָכטער — נישט.‟

פֿערבער צור־אל האַלט, אַז „קהילת בארות‟ איז אַן אידעאַלער סינטעז פֿון טראַדיציע און פֿרײַהייט, אָבער ער ווייסט אויך, אַז די אַלגעמיינע אָרטאָדאָקסישע קהילה אין באר־שבֿע איז זייער קריטיש צו דעם. „זיי זאָגן, אַז מיר זענען נישט אָרטאָדאָקס, אַז מיר זענען ׳אַחר׳,‟ האָט ער באַמערקט. דאָס וואָרט „אַחר‟ איז טײַטש „אַפּיקורסיש‟.

אַנדערע מענער האַלטן, אַז די מנינים זענען נישט בלויז פֿאַר פֿעמיניסטן, אָבער פֿאַר אַלע פֿרומע ייִדן, וואָס זוכן אַן אָרט צו דאַווענען, וווּ מע קען פֿרײַ אויסדריקן און אַרומרעדן נישט־טראַדיציאָנעלע מיינונגען.

„צום ווייניקסטן, 50% פֿון אונדזער קהילה באַשטייט פֿון אַקאַדעמיקער, ייִדישע קהילה־פּראָפֿעסיאָנאַלן און פּראָגרעסיווע דענקער,‟ האָט דערקלערט בראַד שוגער, דער פּרעזידענט פֿון „קול שׂשׂון‟, אַ בשותּפֿותדיקער מנין אין סקאָקי, אילינוי. „אונדזער ציל איז נישט בלויז צו פֿאַרשטאַרקן די באַטייליקונג פֿון די פֿרויען, אָבער אויך צו געבן מענטשן אַ געלעגנהייט אויסצופֿאָרשן ענינים פֿון דער הלכה, און נישט מורא האָבן צו פֿרעגן שאלות.‟

אַ סך פֿרומע ייִדן טראָגן, למשל, איין מין מלבושים בפֿרהסיא, אָבער טוען זיך אָן אין גאַנצן אַנדערש אין דער היים. „בײַ אונדז קען אַ מענטש זײַן געטרײַ זיך אַליין; ער דאַרף נישט מאַכן קיין אָנשטעל פֿאַר אַנדערע,‟ האָט שוגער געזאָגט.

אילנה שטאָקמאַן, די געוועזענע עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿון JOFA און די מחברטע פֿונעם בוך, The Men‘s Section: Orthodox Jewish Men in an Egalitarian World [עזרת־גבֿרים: אָרטאָדאָקסישע ייִדישע מענער אין אַ גלײַכבאַרעכטיקטער וועלט], האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז אַ סך מענער זענען צוגעצויגן געוואָרן צו אָט די מנינים, ווײַל זיי ווײַזן אַרויס מער דערבאַרעמדיקייט צו אַלע מינים ייִדן.

„די סיבה פֿאַר וואָס די מענער קומען צו אַזאַ מנין איז נישט צוליב זייערע פֿרויען, נאָר ווײַל זייער אייגענע איבערלעבונג בײַ די טראַדיציאָנעלע אָרטאָדאָקסישע סינאַגאָגעס האָט זיי אַנטוישט,‟ האָט שטאָקמאַן דערקלערט. „אַ סך פֿון זיי האָבן מיר געזאָגט, אַז בײַ די אַנדערע שילן, האָט געפֿעלט אַ רוחניותדיקע שטימונג בײַם דאַווענען; אַנדערע האָבן באַמערקט, אַז די מתפּללים האָבן צו פֿיל באַטאָנט אַ מענטשנס סטאַטוס און עשירות. און אַנדערע האָבן געזאָגט, אַז פֿון אַן אינטעלעקטועלן שטאַנדפּונקט, זענען די דיסקוסיעס וועגן דער הלכה געווען צו אומבייגעוודיק און מע איז נישט טאָלעראַנט צו אַנדערע קוקווינקלען.‟

אינטערעסאַנט איז, אַז די מנינים ווערן נישט בלויז קריטיקירט פֿון די רעכט־געשטימטע אָרטאָדאָקסישע קרײַזן, נאָר אויך פֿון אַ טייל פֿעמיניסטקעס אין דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג. ווי שטאָקמאַן האָט לעצטנס געשריבן אינעם אַרטיקל, Orthodox Feminists Are Not Conservatives in Disguise [אָרטאָדאָקסישע פֿעמיניסטקעס זענען נישט פֿאַרשטעלטע קאָנסערוואַטיווע ייִדן] אינעם Forward, האָבן אַ צאָל קאָנסערוואַטיווע פֿרויען לעצטנס געטענהט, פֿאַר וואָס מאַכט מען אַזאַ צימעס אַרום די בשותּפֿותדיקע מנינים, ווען די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג גיט שוין פֿון לאַנג די פֿרויען נישט בלויז אַ גרעסערע ראָלע בײַם דאַווענען, נאָר רעכנט זיי אַפֿילו אַרײַן צום מנין? פֿרעגן די קאָנסערוואַטיווע פֿעמיניסטקעס: אויב די אָרטאָדאָקסישע פֿרויען ווילן גלײַכע רעכט, פֿאַר וואָס שליסן זיי זיך נישט אָן אין אַ קאָנסערוואַטיוון מנין?

„עס זענען דאָ אַ צאָל סיבות פֿאַר וואָס די אָרטאָדאָקסישע פֿעמיניסטקעס באַטראַכטן נישט דעם קאָנסערוואַטיוון יודאַיִזם ווי אַ ברירה,‟ האָט שטאָקמאַן דערקלערט. „דאָס אויסלעבן זיך ווי אַן אָרטאָדאָקסישער ייִד באַשטימט כּמעט יעדן באַשלוס, וואָס דער מענטש מאַכט במשך פֿונעם טאָג. ווען מע גייט אין שפּײַזקראָם אָדער אין רעסטאָראַן, פֿאָרשט מען אויס דאָס כּשרות פֿונעם עסן. ווען מע קויפֿט אַ הויז, איז די הויפּט־קריטעריע, מע זאָל קענען פֿון דאָרט גיין אין שיל צו־פֿוס. ווען אַ פֿרוי אָדער מיידל קויפֿט קליידער, קלײַבט זי אויס די מיט לענגערע אַרבל און אַ העכערער דעקאָלטע. די גאַנצע וואָך דרייט זיך אַרום די צוגרייטונגען לכּבֿוד שבת. און ווען מע זעט אויף דער גאַס אַ מאַן מיט אַ יאַרמלקע, טראַכט מען באַלד: ׳ער איז אַן אייגענער׳.‟

„די אָרטאָדאָקסישע פֿעמיניסטן זענען פֿרויען (און מענער), וואָס האָבן ליב אָט דעם פֿול־צײַטיקן כאַראַקטער פֿונעם אָרטאָדאָקסישן לעבן־שטייגער — שרײַבט שטאָקמאַן — אָבער ווילן גלײַכצײַטיק, אַז אָרטאָדאָקסיע זאָל דערלויבן די פֿרויען, ווי נאָר מעגלעך, אַ גרעסערע באַטייליקונג אינעם מנין.‟

„מע זאָגט אונדז, אַז מיר, פֿרויען, קענען נישט אָנפֿירן מיטן דאַווענען, ווײַל מיר זענען נישט מחויבֿ צו זײַן אין שיל, אַזוי ווי די מענער,‟ האָט ערענקראַנץ געזאָגט. „אָבער הײַנט פֿאָדערן די רבנים, אַז די פֿרויען זאָלן יאָ טאָן געוויסע מיצוות, וואָס אונדזערע באָבעס האָבן נישט געדאַרפֿט טאָן, און דאָס ווײַזט, אַז אָפֿט מאָל פּאַסט מען די הלכה צו צו די נײַע צײַטן.‟

דערבײַ האָט זי געגעבן אַ משל: „אַ פֿרוי איז נישט מחויבֿ צו הערן שופֿר, אָבער הײַנט וועלן אַ טייל אָרטאָדאָקסישע מענער — אַפֿילו חסידים — זיך אונטערנעמען צו גיין עטלעכע מײַל אום ראש־השנה — בלויז צו בלאָזן שופֿר פֿאַר אַ פֿרוי.‟