פֿראַנצייזישער מיניסטער פֿאַרדאַמט אַנטי־ציוניזם

French Minister Condemns Anti-Zionism

דער פֿראַנצייזישער אינערן־מיניסטער מאַנועל וואַלס, בעת דער הזכּרה־צערעמאָניע, דעם 19טן מאַרץ, אין פּאַריז, נאָך די פֿיר ייִדן, אַרײַנגערעכנט דרײַ קינדער, דערמאָרדעט אין טולוז אין 2012
Getty Images
דער פֿראַנצייזישער אינערן־מיניסטער מאַנועל וואַלס, בעת דער הזכּרה־צערעמאָניע, דעם 19טן מאַרץ, אין פּאַריז, נאָך די פֿיר ייִדן, אַרײַנגערעכנט דרײַ קינדער, דערמאָרדעט אין טולוז אין 2012

פֿון ייִט״אַ

Published March 21, 2014, issue of April 11, 2014.

דער פֿראַנצייזישער אינערן־מיניסטער מאַנועל וואַלס האָט באַצייכנט דעם הײַנטיקן אַנטי־ציוניזם ווי „אַ פֿאַרבעטונג צו אַנטיסעמיטיזם‟, בעת אַן עפֿנטלעכער יאָרצײַט־צערעמאָניע אין פּאַריז מיטוואָך, ליזכּרון די פֿיר ייִדן, וועלכע זענען דערמאָרדעט געוואָרן אין טולוז אין 2012.

די צערעמאָניע האָט אָפּגעמערקט די צווייטע יאָרצײַט פֿון הרבֿ יונתן סאַנדלער; זײַנע צוויי זין, דער 6־יאָריקער אַריה און 3־יאָריקער גבֿריאל, און אַן 8־יאָריק מיידעלע, מרים מאָנסענעגאָדער, וועלכע זענען דערשאָסן געוואָרן אויף טויט, שטייענדיק פֿאַר אַן אָרטיקער ייִדישער טאָגשול.

דער אַלטער אַנטיסעמיטיזם פֿון די עקסטרעם־רעכטע אין פֿראַנקרײַך „איז לעצטנס באַנײַט געוואָרן, דורך דער וואַקסנדיקער שׂינאה קעגן מדינת־ישׂראל, און קעגן ציוניזם,‟ האָט וואַלס באַטאָנט. וואַלס האָט גערעדט בעת אַ מאַניפֿעסטאַציע אינעם טראָקאַדעראָ־פּלאַץ, לעבן דעם אײפֿל־טורעם, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך „קריף‟, די דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון די ייִדישע קהילות אין פֿראַנקרײַך. מער ווי 1,000 מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אָפּצומערקן דעם אָנדענק פֿון די קרבנות פֿון מאָהאַמעד מעראַך, דער 23־יאָריקער איסלאַמיסט, וועלכער האָט זיי דערהרגעט.

אַזאַ אָפֿיציעלע דערקלערונג מצד דער רעגירונג איז זעלטן אין פֿראַנקרײַך, וווּ די פּאָליטיקער פּאָרן געוויינטלעך צונויף דאָס באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם מיטן קאַמף קעגן ראַסיזם בכלל.

בעת אַ באַזונדערער הזכּרה־צערעמאָניע, אָרגאַניזירט פֿון „קריף‟ אין טולוז, האָט דער פּרעמיער זשאַן־מאַרק אייראָ דערקלערט, אַז ער איז ספּעציעל געקומען „כּדי אויסצודריקן אַ פּראָטעסט, אין נאָמען פֿון דער רעגירונג און דער גאַנצער רעפּובליק, קעגן אַלע מינים ראַסיזם, אנטיסעמיטיזם, שׂינאה און בלוט־פֿאַרגיסונג‟.

מאַרטין שולץ, דער פּרעזידענט פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, איז אויך בײַגעווען אויף דער צערעמאָניע, אין איינעם מיט 500 אַנדערע באַטייליקטע.

אין באָרדאָו, דרום־מערבֿ־פֿראַנקרײַך, האָבן 300 מענטשן זיך באַטייליקט אין אַ צערעמאָניע, אַרײַנגערעכנט דעם געוועזענעם אויסערן־מיניסטער אַלאַן זשופּ, וועלכער דינט הײַנט ווי דער בירגערמײַסטער פֿון דער שטאָט.