אונגערישע ייִדן מערקן אָפּ 70 יאָר זינט דער נאַצישער אינוואַזיע

Hungarian Jews Mark 70th Year Since Nazi Invasion

אַ יונגערמאַן טראָגט אַ פּלאַקאַט מיטן טעקסט, „זאָל קיין מאָל נישט זײַן מער קיין אוישוויץ‟, בעת דער הזכּרה־צערעמאָניע, דעם 19טן אַפּריל
Getty Images
אַ יונגערמאַן טראָגט אַ פּלאַקאַט מיטן טעקסט, „זאָל קיין מאָל נישט זײַן מער קיין אוישוויץ‟, בעת דער הזכּרה־צערעמאָניע, דעם 19טן אַפּריל

פֿון ייִט״אַ

Published March 21, 2014, issue of April 11, 2014.

בודאַפּעשט. — די אונגערישע ייִדישע קהילה האָט מיטוואָך אָפּגעמערקט די 70סטע יאָרצײַט פֿון דער אָקופּאַציע פֿון אונגערן דורך דער נאַציסטישער דײַטשער אַרמיי.

די הזכּרה־צערעמאָניע, וואָס מע האָט אָפּגעהאַלטן פֿאַר דער „דאָהאַני־גאַס שיל‟ אין בודאַפּעשט, האָט צוגעצויגן טויזנטער מענטשן, און איז פֿאָרגעקומען בעת אַ בויקאָט פֿון די מלוכה־געשטיצטע חורבן־פּראָגראַמען, מצד די פֿאָרשטייער פֿון „מאַזשיהיס‟, דער פֿאַרבאַנד פֿון אונגערישע ייִדישע קהילות.

„די אונטערנעמונג איז די ערשטע פֿון אַ ריי חורבן־צערעמאָניעס אין אונגערן, ליזכּרון דעם 70סטן יאָר זינט דעם אונגערישן חורבן,‟ האָט דערקלערט אַנדראַש הײַזלער, פּרעזידענט פֿון „מאַזשיהיס‟, בעת זײַן רעדע פֿאַרן עולם.

„אינעם נאָמען פֿון די 600,000 אונגערישע ייִדן, וועלכע זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינעם חורבן, שטעלן מיר זיך אַנטקעגן די פֿיגורן אין דער מאַכט, צו וועלכע מיר — אַ מינאָריטעט אין לאַנד — האָבן בכלל נישט קיין צוטרוי,‟ האָט הײַזלער באַטאָנט, פֿאַררופֿנדיק זיך אויף דער באַשולדיקונג, אַז די רעגירונג נעמט נאָך אַלץ נישט אָן דאָס אַחריות פֿאַרן מאָרד פֿון די ייִדן אין לאַנד בעת דעם חורבן.

וויקטאָר אָרבאַן, דער אונגערישער פּרעמיער, איז פֿאַרבעטן געוואָרן צו דער צערעמאָניע, אָבער ער איז נישט געקומען. אויף זײַן אָרט איז בײַגעווען זײַן פֿאַרטרעטער, זשאָלט שעמיען. עס זענען אויך בײַגעווען דער הויפּט פֿון דער אונגערישער קאַטוילישער קירך — קאַרדינאַל פּעטער ערדאָ, און דער ביסקופּ פֿון דער פּראָטעסטאַנטישער קירך — גוסטאַוו בעלטשקיי.

די נאַציאָנאַלע וואַלן אין אונגערן קומען פֿאָר דעם 6טן אַפּריל.

„אין סאָלידאַריטעט מיט די אונגערישע ייִדן, וואַרפֿן מיר אָפּ די הײַנטיקע טענדענץ צו לייקענען, אוניווערסאַליזירן אָדער פֿאַרגעסן דעם חורבן,‟ האָט אילאַן מור, דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין אונגערן, געזאָגט.