נאָך אַ מאָל וועגן די ייִדן...

Again About the Jews...

דער  פּאַסטעך קורטיס „ווילדע חיה‟ טאָקער פּריידיקט פֿאַרן עולם, זיצנדיק אויף זײַן מאָטאָציקל אין זײַן קירך אין וועדערפֿאָרד, טעקסאַס.
Courtesy of churchformen.com
דער פּאַסטעך קורטיס „ווילדע חיה‟ טאָקער פּריידיקט פֿאַרן עולם, זיצנדיק אויף זײַן מאָטאָציקל אין זײַן קירך אין וועדערפֿאָרד, טעקסאַס.

פֿון לייזער בורקאָ

Published March 23, 2014, issue of April 11, 2014.

אַ סטאַטיסטישע פֿאָרשונג פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט האָט לעצטנס באַשטעטיקט, אַז די ייִדן זײַנען הײַנט ווייניקער ווי 0.2% פֿון דער וועלט־באַפֿעלקערונג. מיר זײַנען 13.75 מיליאָן ייִדן צווישן אַן ערך 7 ביליאָן מענטשן אויף דער וועלט, אָדער איין ייִד אויף יעדער 513 גויים. ריין סטאַטיסטיש, הייסט עס, קומען די ייִדן כּמעט ניט אויפֿן חשבון, מיר זײַנען קליין ווי אַ שטויבעלע אויפֿן ווינט, קוים וואָס מע זעט אונדז אַפֿילו דורך אַ מיקראָסקאָפּ. ווען מיר קוקן אַ מאָל אַרויס פֿון סידור אויף דער גאַנצער פּאַנאָראַמע, פֿאַרשטייען מיר באַלד, אַז די וועלט דרייט זיך ניט אַרום אונדז. נאָר פֿון דעסטוועגן, ווילן אַ סך ייִדן נאָר הערן און לייענען וועגן זיך.

אַפֿילו ווען אַ ייִד איז הונדערט מאָל מער אינטערעסאַנט ווי אַ גוי, דאַרפֿן פֿאָרט זײַן כאָטש פֿינף מאָל מער אינטערעסאַנטע געשיכטעס און פּאַסירונגען בײַ זיי ווי בײַ אונדז. עס טוט זיך אויף דער וועלט: די פּאָליטיק איז אין אַ קריטישן מצבֿ, די עקאָנאָמיע קערט זיך איבער, די וויסנשאַפֿט אַנטדעקט נײַע וווּנדיירים, אָבער מיר ייִדן קוקן נאָר אויף אונדזער ביסל אָרעמקייט. הערט אַ מעשׂה: אין איין קהילה האָט מען געמאַכט אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער, אין אַ צווייטער האָט מען געוויזן אַ פֿילם, און אין אַ דריטער האָט מען אינסטאַלירט אַ נײַעם לופֿטקילער. הוראַ!

אמת, עס זײַנען דאָ אָנגעווייטיקטע פֿראַגעס פֿון ייִדישן לעבן, וואָס דאַרפֿן אונדז פֿאַראינטערעסירן: דער קאָנפֿליקט מיט די פּאַלעסטינער, וואָס קען חרובֿ מאַכן די וועלט; די עוולות קעגן פֿרויען, עגונות, „גייס‟ און אַנדערע גרופּעס בײַ די אָרטאָדאָקסן; דער הײַנטיקער אַנטיסעמיטיזם אין אייראָפּע און אין דער מוסלמענישער וועלט; די געמישטע חתונות און דער אַ”ג „שטילער חורבן‟ פֿון די אַסימילירטע ייִדן אין אַמעריקע. אָבער מיר פֿירן צווישן זיך הייסע דיסקוסיעס וועגן די דאָזיקע ענינים שוין צענדליקער יאָרן און קיין גרויסע חידושים זײַנען ניט געקומען דערפֿון. אַ סבֿרא, אַז מיר וועלן ווײַטער רעדן און רעדן, ביז די דאָזיקע פּראָבלעמען וועלן זיך לייזן פֿון זיך אַליין.

די גרויסע חידושים אויף דער וועלט קומען ניט פֿאָר בײַ אונדז אין ווײַנגאָרטן, נאָר אין דער גרויסער וועלט אַרום אונדז. ס׳איז כּדאַי אַ מאָל אַ קוק טאָן, וואָס עס טוט זיך דאָרט, כאָטש אין די שכנישע הײַזער. די סאָציאַלע פּראָצעסן, וואָס האָבן אַ השפּעה אויף אונדז, האָבן זי אויך אויף אַנדערע גרופּעס, און זיי קענען אונדז עפּעס לערנען. אין שײַכות מיט דער פֿראַגע פֿון געמישטע חתונות, למשל, איז טשיקאַווע צו וויסן, אַז בײַ די גויים אין אַמעריקע האָבן אויך 37% חתונה מיט אַ מענטש פֿון אַן אַנדער רעליגיעזער גרופּע. זעט אויס, אַז דער כּוח פֿון דער רעליגיע צוצובינדן מענטשן צו דער גרופּע וועפּט זיך אויס צו ביסלעך.

ווען די ייִדן פֿון די גרויסע דענאָמינאַציעס באַדויערן, אַז די יוגנט ווערט אָפּגעפֿרעמדט, איז כּדאַי צו וויסן, אַז דאָס זעלבע קומט פֿאָר אין די אַנדערע רעליגיעס. בײַ די קאַטאָליקן האַלט עס גאָר שלעכט: אַ דריטל פֿון די אַמעריקאַנער קאַטאָליקן האָבן פֿאַרלאָזט דעם קלויסטער — עס רעדט זיך וועגן 10% פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג, אַרום 30 מיליאָן מענטשן! ווען ניט די גרויסע אימיגראַציע פֿון לאַטײַן־אַמעריקע, וואָלט די צאָל קאַטאָליקן אין לאַנד געפֿאַלן אויף אַ קאַטאַסטראָפֿאַלן אופֿן. איז וואָס האָבן זיי געטאָן? אויסגעקליבן אַ נײַעם פּויפּסט, וואָס די וועלט לויבט אים אין הימל אַרײַן, אַפֿילו די ניט־קאַטאָליקן — אַפֿילו די שׂונאים פֿונעם קלויסטער. אַזוי פֿירט זיך מיט אַ גרויס געשעפֿט: אַז דער בעל־הבית טויג ניט, קלײַבט מען אויס אַן נײַעם. נאָר מיר, ייִדן, בלײַבן מיטן זעלבן רבין און מיט זײַנע קינדער און אייניקלעך, ביז דאָס געשעפֿט גייט אונטער.