דאָס נײַע ייִדישלאַנד: קאָפּענהאַגען

The New Yiddishland: Copenhagen

בײַ וויווי לאַקס אין דער היים, פֿרייטיק־צו־נאַכטס
בײַ וויווי לאַקס אין דער היים, פֿרייטיק־צו־נאַכטס

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published March 25, 2014, issue of April 11, 2014.

די אינטערנעץ איז אַ וווּנדערלעכע אַנטדעקונג און האָט מער אינטים געמאַכט אונדזער ייִדישע סבֿיבֿה. מע פֿילט זיך נאָענט צו ייִדיש־רעדערס, זינגערס, מוזיקער, כּלל־טוער איבער דער גאַנצער וועלט, כאָטש מע האָט זיי קיין מאָל נישט געזען פֿאַר די אויגן. אָבער איך בין אַ ייִד פֿון דער אַלטער שיטה, און כ’האָב ליב אַ מאָל צו זען אַ בשׂר־ודם, אים אָדער זי אָנקוקן פֿון דער אַנדערער זײַט טיש. דערנאָך, ווען עמעצער פֿרעגט בײַ מיר, צי איך קען זי, קען איך ערלעך ענטפֿערן, אַז יאָ, און נישט שטאַמלען: „נו, יאָ, מיר זענען פֿרײַנד אויף ‘פֿייסבוק’”. האָב איך אויסגעאַרבעט אַ לעקציע־נסיעה במשך פֿון צען וואָכן אין צען לענדער אין מערבֿ־אייראָפּע זיך צו באַקענען מיטן ייִדישלאַנד פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט.

נאָכן אָנקומען קיין קאָפּענהאַגען ערבֿ־פּורים, בין איך געפֿאָרן צו דער היים פֿון יאָסי מערקעל, אַ ייִד פֿונעם דריטן דור קאָפּענהאַגענער ייִדן. איך האָב זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט אים נאָך דעם ווי איך האָב געלייענט זײַן וועבזײַט „קופּיק אינטערנאַציאָנאַל”, אַ מין בלאָג־צײַטונג פֿון אַ ליבהאָבער פֿון ייִדיש, אין וועלכער ס’איז בולט, אַז קיין סך ייִדיש קען ער נישט. אויף דער רײַזע האָב איך בדעה נישט נאָר צו זען אַלטע, גוטע ייִדיש־פֿרײַנד, ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן און ייִדישע כּלל־טוער, נאָר אויך זיך באַקענען מיט דער „פּעריפֿעריע” פֿון אונדזער סבֿיבֿה, וועלכע בײַשטײַערן צו דער קולטור אויף זייער אייגענעם וועג, מחוץ למחנה.

יאָסי מערקעל און זײַן פֿרוי מעלו מיט אַליין־געבאַקענע המן־טאַשן
יאָסי מערקעל און זײַן פֿרוי מעלו מיט אַליין־געבאַקענע המן־טאַשן

מערקעל וווינט אין אַ פֿאָרשטאָט אין אַ שיין הויז מיט זײַן צווייטער פֿרוי מעלו, אַ געבוירענע אין די פֿיליפּינען־אינדזלען. ער איז אַרויס אויף פּענסיע נישט לאַנג צוריק, און זייער טאָכטער איז פּונקט געווען אין לאָנדאָן צו גאַסט, האָבן זיי מיך פֿאַרבעטן איבערצונעכטיקן אין איר שטוב. מיט אַ טאַץ המן־טאַשן האָבן זיי מיך באַגריסט, גאַנץ אַנדערש געבאַקן ווי די געוויינטלעכע המן־טאַשן, מיט אַ טייג ווי ברויט. דעם רעצעפּט, דערציילט ער, האָט ער נאָך פֿון זײַן זײדן פֿון ווײַסרוסלאַנד.

עס האָט זיך אַרויסגעשטעלט, אַז זײַן זיידע, אַבֿרהם קראַקאָווסקי, איז נישט געווען אַבי־ווער, נאָר אַ ייִדישיסט, אַ בויער פֿון דער ייִדישער קולטור אין קאָפּענהאַגען אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. בײַם אָנקוקן זײַן פֿאָטאָ־אַלבאָם האָט מען באַקומען אַ זעלטענעם אַרײַנבליק אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון דער שטאָט פֿאַרן חורבן — ייִדישע שולן, אַ כאָר, אַ צײַטונג; זײַן משפּחה איז געווען אַקטיוו אין אַלץ. קראַקאָווסקי האָט געהאָלפֿן אָנפֿירן מיטן כאָר און געלערנט מיט די קינדער אין שול, און צווישן די קינדער איז געווען יאָסיס מאַמע.

צום באַדויערן, האָט מײַן וויזיט אין דער שטאָט געדויערט בלויז אַ ביסל מער ווי אַ מעת־לעת, אָבער אין דער קורצער צײַט האָט מיך אינטערוויויִרט אַ ייִדישער זשורנאַליסט פֿון אַ קריסטלעכער צײַטונג וועגן דער ייִדיש־וועלט, און כ’האָב געגעבן אַ לעקציע אינעם קולטור־הויז בײַ דער סינאַגאָגע יענעם אָוונט. דאָרטן בײַ דער לעקציע האָב איך זיך באַקענט מיט אַ וויכטיקן טייל ייִדיש־רעדערס אין דענמאַרק און שוועדן — פּוילישע ייִדן, וועלכע זענען אַרויס מיטן גירוש־פּוילן אין 1968.

<‬pagebreak‭/>‬

יעקבֿ זילבער, דער אָרגאַניזירער פֿון די ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען, האָט גוט געקענט מײַן געוועזענעם באַלעבאָס אינעם ייִוואָ־אַרכיוו, מאַרעק וועב, פֿון די שול־יאָרן אין לאָדזש נאָך דער מלחמה. דער עולם איז געווען אַ פֿאַרשיידנאַרטיקער — סײַ יונגע, סײַ עלטערע, סײַ ייִדן, סײַ נישט־ייִדן, און צווישן זיי, די פּראָפֿעסאָרן יאַן שוואַרץ און מאָניקאַ אַדאַמטשיק־גאַרבאָווסקאַ. נאָך דער לעקציע, זענען מיר דרײַ געפֿאָרן מיט דער באַן קיין לונד, שוועדן, צום לונדער אוניווערסיטעט, און דאָרטן איבערגענעכטיקט.

אין לונד: די פּראָפֿעסאָרן מאָניקאַ אַדאַמטשיק־גראַבאָווסקאַ מיט יאַן שוואַרץ
אין לונד: די פּראָפֿעסאָרן מאָניקאַ אַדאַמטשיק־גראַבאָווסקאַ מיט יאַן שוואַרץ

וועגן פּראָפֿעסאָר שוואַרץ האָב איך שוין געהאַט אַ געלעגנהייט צו שרײַבן אין „פֿאָרווערטס”. אַ דענישער ייִד, איז ער געווען אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אינעם חשובֿן שיקאַגע־אוניווערסיטעט, און הײַנט פֿאַרנעמט ער אַ ייִדיש־פּאָזיציע אין לונד, אַ גאָר אַלטע שטאָט, אָבער פֿול מיט לויטע יונגע מענטשן. שוואַרץ פֿאָרשט די מאָדערנע ייִדישער ליטעראַטור, די חורבן־ליטעראַטור, און דערצו, האָט ער איבערגעזעצט „טבֿיה דער מילכיקער” אויף דעניש. אין די ראַמען פֿון „אייראָפּעיִשע שטודיעס” האָט ער אַראַנזשירט, אַז פּראָפֿ’ אַדאַמטשיק־גאַרבאָווסקאַ און איך זאָלן לערנען אַ סעמינאַר וועגן דער ייִדישער קולטור אין פּוילן פֿאַר און נאָכן חורבן.

מאָניקאַ אַדאַמטשיק־גאַרבאָווסקאַ, אָנפֿירערין פֿון פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור און ביז לעצטנס, פֿון די ייִדישע שטודיעס, אינעם לובלינער אוניווערסיטעט, האָט ערשט אַרויסגעלאָזט אַ ריזיקע אַנטאָלאָגיע פֿון יזכּור־בוך־מאַטעריאַלן, איבערגעזעצט אויף פּויליש, מיטן טראָפּ אויף די שטעטלעך אַרום לובלין. זי איז געווען פֿון די ערשטע פּראָפֿעסאָרן צו אַנטוויקלען ייִדיש און ייִדיש־שטודיעס אין לאַנד נאָכן חורבן.

דעם אַלטן קאַטעדראַל אין לונד פֿונעם 12טן יאָרהונדערט האָב איך נאָך געהאַט צײַט צו באַזוכן מיט פּראָפֿ’ שוואַרץ. אָבער ווען איך וואָלט געהאַט נאָך אַ טאָג וואָלט איך געפֿאָרן זען די מצבֿה פֿון שלום־עליכמס זון, מישע ראַבינאָוויטש, באַגראָבן אין דער דערבײַיִקער שטאָט, מאַלמאָ. אַ סטודענט אין לונד האָט מיר שפּעטער צוגעשיקט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע.

די מצבֿה פֿון שלום־עליכמס זון, מישאַ ראַבינאָוויטש אין מאַלמאָ, שוועדן
די מצבֿה פֿון שלום־עליכמס זון, מישאַ ראַבינאָוויטש אין מאַלמאָ, שוועדן

פֿון לונד בין איך געפֿלויגן קיין לאָנדאָן, צו האַלטן מײַן דריטע לעקציע אין דרײַ טעג. דאָרטן האָב איך שוין מערער פֿרײַנד — ייִדישיסטן, קלעזמאָרים, אַקאַדעמיקער — און די סבֿיבֿה איז אַזוי קליין, אַז זיי קענען זיך אַלע. איך בין אײַנגעשטאַנען בײַ דער מוזיקערין אילנה קראַוויץ, וועלכע האָט פּרנסה סײַ ווי אַ קלעזמער, סײַ ווי אַ פֿידלערין פֿון באַראָק־מוזיק. צו דער ערשטער לעקציע האָבן מיך פֿאַרבעטן צוויי אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן בײַ דער געלעגנהייט מיטגעאַרבעט צוזאַמען צום ערשטן מאָל — „דער ייִדישער מוזיק־אינסטיטוט” און „די לידער־זאַמלער קאָלעקטיוו”, אַ נישט־ייִדישע גרופּע, וואָס האָט זיך אינטערעסירט מיט דער טעמע פֿון ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן, און די לידער וואָס זיי האָבן געזאַמלט.

אין ניו־יאָרק, נאָך אַן אונטערנעמונג, גייט מען טרינקען אַ קאַווע, אָבער אין לאָנדאָן, טרינקט מען אַ ביר, אַ „פּײַנט”. סײַ נאָך דער ערשטער לעקציע, סײַ נאָך דער צווייטער בײַם „אוניווערסיטעט קאָלעדזש־לאָנדאָן” האָט מען פֿאַרבראַכט אין אַ „פּאָב”, אַ קרעטשמע, און זיך צערעדט; צווישן דער גרופּע — די ייִדישע שפּראַך־לערערין אינעם אוניווערסיטעט, פּראָפֿ’ חיהלע ביר, די זינגערין רחל וועסטין, און פֿאָלקלאָר־זאַמלער פֿון לאָנדאָנער ייִדן, דערעק ריד.

פֿרײַטיק־צו־נאַכטס האָט די זינגערין און היסטאָריקערין וויווי לאַקס פֿאַרבעטן ייִדיש־רעדערס צו זיך אַהיים, און מע האָט פֿאַרבראַכט דעם אָוונט אויף ייִדיש, רעדנדיק און זינגענדיק. די ייִדיש־לערערין אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט און פּאָעטעסע ד”ר חייקע ברוריה וויגאַנד איז געקומען, ווי אויך דער פֿאָרשער פֿונעם לאָנדאָנדער ייִדישן טעאַטער, דוד מאַזאָווער. שבת אין דער פֿרי האָט לאַקס געפֿירט אַ שפּאַציר איבער דער אַלטער ייִדישער געגנט פֿון „ווײַטטשאַפּעל”, און מער ווי 20 מענטשן זענען געקומען הערן ווי לאַקס, אַ זאַמלערין פֿון די ייִדישע לידער, האָט געזונגען אויף די לאָנדאָנער גאַסן, און באַשריבן מיט ווערטער און לידער דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿונעם אַמאָליקן לאָנדאָנער ייִדישן אַרבעטער.