קרים: נאַטיצן וועגן נעכטן און הײַנט

Crimea: Notes on Yesterday and Today

אַ ייִדישע משפּחה, קרים, 1927
אַ ייִדישע משפּחה, קרים, 1927

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 25, 2014, issue of April 11, 2014.

בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה פֿלעגט דער „פֿאָרווערטס‟ האָדעווען זײַנען לייענער מיט אַ ביסל געשיכטע פֿון די ערטער, וווּ עס האָט באַזונדערס שטאַרק געברענט דער מלחמה-פֿײַער. הײַנט קערט זיך די וועלט צוריק צו דער קאַלטער מלחמה, אַזוי אַז געאָגראַפֿיע און געשיכטע קענען ווידער צוניץ קומען, לכל-הפּחות, כּדי צו פֿאַרשטיין דעם קאָנטעקסט פֿון די הײַנטיקע געשעענישן.

איצט איז הייס בײַם שוואַרצן ים, בפֿרט אַרום דער שטאָט סעוואַסטאָפּאָל, וועגן וועלכער די מאָסקווער פּראָפּאַגאַנדע שרײַבט, אַז עס איז שיִער ניט קיין וויג פֿון דער רוסישער ציוויליזאַציע, כאָטש די שטאָט איז, אין תּוך אַרײַן, אַ יונגע —געבוירן אין 1783. אין דעם זעלבן יאָר האָבן זיך אויף דער אַמעריקאַנער מאַפּע באַוויזן, אַ שטייגער, די פּענסילווייניער שטעטלעך מינערסוויל און מאָנטגאָמערי. סעוואַסטאָפּאָל איז געוואָרן אַ „וויג‟ צוליב דער קרימער מלחמה.

דעם זומער וועט ווערן 160 יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון דער לאַנגער שלאַכט אַרום סעוואַסטאָפּאָל. ווער געדענקט שוין איצט, צוליב וועלכע צילן און אידעאַלן זײַנען דאָרטן אומגעקומען, פֿון ביידע צדדים — דעם רוסישן און דעם קעגנערישן, דער עיקר, בריטיש-פֿראַנצויזישן צד — אַריבער 150 טויזנטן מיליטערלײַט? אין דער ענגלישער שפּראַך האָט זיך די קרימער מלחמה פֿאַרגעדענקט דורך די ווערטער bakaclava און cardigan. מע געדענקט, פֿאַרשטייט זיך, פֿלאָרענס נײַטינגייל. די טאָפּאָנימיק פֿון פּאַריז האָט אויך אַ וויכטיקן שפּור — דעם Boulevard de Sébastopol. די רוסן געדענקען די העלדישע אַדמיראַלן נאַכימאָוו און קאָרנילאָוו, ווי אויך דעם כירורג פּיראָגאָוו. אָבער זייער ווייניק מענטשן וועלן ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע: צוליב וואָס האָט מען זיך דעמאָלט געשלאָגן?

פֿאַקטיש האָט די מערבֿ-אייראָפּעיִשע וועלט ניט געוואָלט דערלאָזן, אַז רוסלאַנד, בראָש מיט איר צאַר ניקאָלײַ, זאָל זיך מישן אין די ענינים, צו וועלכע מע האָט ניט געוואָלט צולאָזן די מיזרח-אייראָפּעיִשע אימפּעריע. (אַן אָפּקלאַנג פֿון יענעם סדר-היום פֿילט מען ביזן הײַנטיקן טאָג.) אין אַ געוויסן זין, איז עס געווען אויך אַ רעליגיעזע מלחמה קעגן דעם מאָסקווער נוסח פֿון דער פּראַוואָסלאַוונער אמונה, וועלכע אייראָפּע האָט געהאַלטן פֿאַר אַ האַלב-פּאַגאַנישער.

ס‘איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז די סעוואַסטאָפּאָלער עפּאָפּעע איז געוואָרן אַ ווענדפּונקט אין דער מאָדערנער מיליטערישער געשיכטע פֿון ייִדן. צום ערשטן מאָל האָבן עטלעכע טויזנט ייִדישע סאָלדאַטן געקעמפֿט אין די רייען פֿון דער רוסישער אַרמיי. בערך 500 פֿון זיי זײַנען אומגעקומען אין דער בלוטיקער שלאַכט. מיט 150 יאָר צוריק איז אין סעוואַסטאָפּאָל אַנטהילט געוואָרן אַ דענקמאָל, געווידמעט די געפֿאַלענע ייִדישע מיליטערלײַט. אויסגעצייכנט האָבן זיך דעמאָלט אויך אַ צאָל ייִדישע דאָקטוירים, וואָס האָבן געדינט אין דער אַרמיי.

איין זאַך איז צו שלאָגן זיך פֿאַר סעוואַסטאָפּאָל, און אַן אַנדער זאַך איז צו קריגן אַ דערלויבעניש צו וווינען דאָרטן. פֿאַר דער קרימער מלחמה האָט מען ס’רובֿ ייִדן, וואָס האָבן זיך געהאַט באַזעצט אין דער שטאָט, פֿון דאָרטן אַרויסגעטריבן. נאָך דער מלחמה האָבן פֿון דעסטוועגן עטלעכע הונדערט און שפּעטער, שוין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, עטלעכע טויזנט ייִדן באַקומען — ניט מיט גוטן איז מיט בייזן — דערלויבענישן צו ווערן סעוואַסטאָפּאָלער תּושבֿים.

<‬pagebreak‭/>‬

***

איך ווייס ניט, וויפֿל ייִדן וווינען הײַנט אין סעוואַסטאָפּאָל, וואָס איז לעצטנס אַנעקסירט געוואָרן דורך פּוטינס רוסלאַנד. ס’איז באַוווּסט, אַז אַ רבֿ איז דאָרטן פֿאַראַן, ער הייסט בנימין וואָלף און שטאַמט פֿון ישׂראל. הרבֿ וואָלפֿס ברידער שטייען בראָש די קהילות אין אַנדערע שטעט פֿון אוקראַיִנע. אין דעם פּורים-שפּיל האָבן זיך דאָרטן הײַיאָר באַטייליקט 120 קינדער. אַזוי אַז עפּעס אַ ייִשובֿ איז זיכער דאָ.

אַדמיניסטראַטיוו געהערט ניט סעוואַסטאָפּאָל צו קרים, אָבער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ באַזונדערע אַדמיניסטראַטיווע טעריטאָריע. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז די שטאָט דערמאָנט געוואָרן אין די נײַעס ווי אַן אָרט פֿאַר אַ פֿרישן עלילת-דם. די היגע אַנטיסעמיטן, בראָש מיטן קאָזאַקישן אַטאַמאַן וויטאַלי כראָמאָוו, האָבן געשריגן, אַז די ייִדן זײַנען געווען שולדיק אינעם הרגענען קליינע מיידעלעך. שפּעטער האָבן זיי באַשולדיקט אויך די טאָטערן אין ריטועלע מערדערײַען. דער סוף איז געווען, אַז דעם דאָזיקן כראָמאָוון האָט מען אַרויסגעשיקט פֿון אוקראַיִנע. איצט איז קרים אַריבער צו רוסלאַנד, און דער קאָזאַק האָט זיך אומגעקערט: http://soboli.net/2014/03/lider-russkoj-obshhiny-sobol-vitalij-xramov-vernulsya-v-tavridu/ .

***

נאָך איין „ייִדישער סיפּור-המעשׂה‟ אַנטוויקלט זיך אַרום דעם קרימער ענין. צווישן די מענטשן, וועלכע די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע דעפֿינירט ווי וולאַדימיר פּוטינס כּנופֿיא, זײַנען דאָ צוויי ייִדן — די ברידער אַרקאַדי און באָריס ראָטענבערג. זיי זײַנען געוואָרן פֿאַנטאַסטיש רײַך, אַ דאַנק זייער אַלטער פֿרײַנדשאַפֿט מיטן רוסישן פּרעזידענט. דעם יסוד פֿאַר זייערע ביליאָנען האָט פֿאַרלייגט „דזודאָ‟ — סײַ זיי, סײַ פּוטין זײַנען אַרויס פֿון דער ספּאָרטיווער שול פֿון אַנאַטאָלי ראַכלין, וואָס איז געווען אַ צענטראַלע פֿיגור אין סאָוועטישן און רוסישן „דזודאָ‟.

נאָר אין די לעצטע צוויי יאָר זײַנען די ראָטענבערגס געוואָרן אויף 2.5 ביליאָן דאָלאַר רײַכער, אין אַ היפּשער מאָס, אַ דאַנק דעם באַקומען מלוכה-קאָנטראַקטן אויף צו בויען אָביעקטן אין סאָטשי. ס’איז גאָר ניט אויסגעשלאָסן, אַז איצט וואַרטן אויף זיי פֿעטע קאָנטראַקטן אין קרים.

***

דאָ און דאָרטן הערט מען וועגן אַ מעגלעכן אָנקום פֿון טויזנטער עולים פֿון אוקראַיִנע, אָבער קיין עולים זעט מען ניט. וואָס מיינט עס? צי איז עס פֿאַרבונדן מיטן שטרײַק אין דעם ישׂראלדיקן אויסערן-מיניסטעריום? מע זאָגט, אַז אין קיִעוו שטרײַקט מען אויך. צי אפֿשר זעען ניט די ייִדן, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן אין אוקראַיִנע, צוליב וואָס זיי זאָלן אַרויספֿאָרן פֿון לאַנד?

קיין קלאָרן ענטפֿער אויף מײַנע אייגענע קשיאות האָב איך ניט. אָבער עפּעס ליגט דאָך פֿאַרבאָרגן הינטער דער צוגעבונדנקייט פֿון אוקראַיִנישע ייִדן צו זייערע ערטער. אַ סבֿרא, אַז דער דאָזיקער „עפּעס‟ האָט, ווי תּמיד, אַ סך קאָמפּאָנענטן. איך האָב געפּרוּווט שטעלן די פֿראַגע, ווען איך האָב געשמועסט מיט מײַנע פֿרײַנד, וואָס וווינען דאָרטן. זייער ענטפֿער קען מען פֿאַרסך-הכּלען אַן ערך אַזוי: ערשטנס, איז דער מצבֿ דערווײַל אַ פּריקרער, אָבער ניט קיין געפֿערלעכער. צווייטנס, פֿילן זיי ניט, אַז זייער לעבן וועט ווערן אַ סך בעסער אין ישׂראל. אַזוי זעט עס אויס דערווײַל.