דער אויסערן־מיניסטעריום שטרײַקט

Israeli Foreign Ministry on Strike

די שטרײַקנדיקע באַאַמטע פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום אין ירושלים, דעם 24סטן מאַרץ
Meital Cohen/Flash 90
די שטרײַקנדיקע באַאַמטע פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום אין ירושלים, דעם 24סטן מאַרץ

פֿון ייִט״אַ

Published March 26, 2014, issue of April 11, 2014.

די מיטאַרבעטער פֿונעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום האָבן דערקלערט אַן אַלגעמיינעם שטרײַק. 103 אַמבאַסאַדעס, קאָנסולאַטן און דיפּלאָמאַטישע מיסיעס אַרום דער וועלט זענען פֿאַרמאַכט געוואָרן זינט זונטיק, דעם 23סטן מאַרץ. דער שטרײַק האָט זיך אָנגעהויבן נאָך צוויי וואָכן פֿון אַרבעט־סאַנקציעס און זיבן חדשים פֿון פֿאַרהאַנדלונגען מיטן מיניסטעריום.

דער אַרבעטער־קאָמיטעט פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום האָט געמאָלדן, אַז אַזאַ אַקציע ווערט דורכגעפֿירט צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿונעם לאַנד. די באַאַמטע פּראָטעסטירן קעגן שׂכירות־שניטן, נידעריקע פּענסיעס, שוואַכע קאָמפּענסאַציעס פֿאַר די ווײַבער און מענער פֿון די דיפּלאָמאַטן, וואָס אַרבעטן אין אויסלאַנד, און אַנדערע עקאָנאָמישע פּראָבלעמען. במשך פֿון אַ יאָר, האָבן זיי אָן דערפֿאָלג געפּרוּווט צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ. כּל־זמן מע וועט נישט אויספֿירן זייערע פֿאָדערונגען, וועלן די שטרײַקנדיקע דיפּלאָמאַטישע אַנשטאַלטן בלײַבן פֿאַרשלאָסן. דער אויסערן־מיניסטער אַליין, אַבֿיגדור ליבערמאַן, האָט נישט געקאָנט די וואָך אַרײַנקומען אין זײַן ביוראָ, ווײַל די שטרײַקער האָבן עס פֿאַרמאַכט.

אויב דער פּראָטעסט וועט אָנגיין ווײַטער ביז מײַ, וועט ער קאָנען שאַטן דעם פּלאַנירטן וויזיט פֿונעם פּויפּסט פֿראַנציסק אין ישׂראל. מיט צוויי וואָכן צוריק, ווען די אַרבעטער פֿונעם מיניסטעריום האָבן אײַנגעפֿירט באַגרענעצטע סאַנקציעס, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, געמוזט אָפּלייגן זײַן נסיעה קיין לאַטײַן־אַמעריקע.

דער שטרײַק האָט שוין געגעבן אַ קלאַפּ פֿון עטלעכע מיליאָן דאָלאַר אויף דער עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד. אַ אַנדערע מעגלעכער רעזולטאַט האָט צו טאָן מיטן גרעסטן פּסחדיקן סדר אין דער וועלט, וואָס די ליובאַוויטשער שליחים אָרגאַניזירן שוין 26 יאָר אין קאַטמאַנדו, נעפּאַל. געוויינטלעך, באַטייליקן זיך אין דער דאָזיקער אונטערנעמונג בערך 2,000 ייִדישע טוריסטן, על־פּי־רובֿ ישׂראלים. אַלע נייטיקע מאַטעריאַלן פֿאַרן סדר געפֿינען זיך אָבער איצט אין קאַלקוטע, אינדיע, ווײַל די שטרײַקנדיקע פֿאָרשטייער פֿונעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום לאָזן זיי נישט אַרויס פֿונעם צאָל־אַמט.

הרבֿ יחזקאל ליפֿשיץ, דער חב״ד־שליח אין קאַטמאַנדו, האָט געבעטן די שטרײַקער צו מאַכן אַ יוצא־מן־הכּלל, כּדי די טויזנטער ישׂראלדיקע טוריסטן זאָלן נישט פֿאַרלירן די מעגלעכקייט צו פּראַווען דעם יום־טובֿ. יגאל פּלמור, דער וואָרטזאָגער פֿונעם מיניסטעריום, האָט באַטאָנט, אַז די אַרבעטער וועלן זיך בשום־אופֿן נישט נאָכגעבן און צוגעגעבן, אַז דער נעפּאַלער מאַסן־סדר וועט „זיכער אָפּגעשאַפֿט ווערן‟. די ליובאַוויטשער טוער האָפֿן אָבער צו געפֿינען אַן אויסוועג פֿון דער שווערער סיטואַציע.