תּל־אָבֿיבֿער געשעפֿטן מעגן אַרבעטן שבת

Some Tel Aviv Stores May Work on Shabbat

אַ תּל־אָבֿיבֿער פּראָדוקטן־קראָם
Roni Schutzer/FLASH90
אַ תּל־אָבֿיבֿער פּראָדוקטן־קראָם

פֿון ייִט״אַ

Published March 26, 2014, issue of April 11, 2014.

דער תּל־אָבֿיבֿער שטאָטס־ראַט האָט מאָנטיק, דעם 24סטן מאַרץ, דערלויבט אַ באַגרענעצטער צאָל קראָמען צו בלײַבן אָפֿן שבת און יום־טובֿ. דער אינערן־מיניסטעריום דאַרף נאָך מסכּים זײַן מיטן דאָזיקן באַשלוס פֿון דער מוניציפּאַליטעט.

לויט די ישׂראלדיקע געזעצן, טאָרן די קראָמען נישט אַרבעטן שבת. תּל־אָבֿיבֿ איז אָבער, על־פּי־רובֿ, אַ נישט־רעליגיעזע שטאָט. בעת די פֿאַרהאַנדלונגען אינעם שטאָטישן ראַט, האָט דער תּל־אָבֿיבֿער ראָש־העיר, רון חולדאי, געוואָרנט, אַז דער ענין זאָל נישט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ „רעליזיעזער מלחמה‟. חולדאי האָט צוגעגעבן, אַז זײַענדיק אַ ייִד, האָט ער אויך דרך־ארץ פֿאַרן יום־השבת, אָבער אויף אַן אַנדער אופֿן, ווי די פֿרומע. הגם שבת ווערט באַטראַכט אין ישׂראל ווי אַ סאָציאַלע ווערט און אַ טאָג פֿון מנוחה, ווילן די וועלטלעכע ישׂראלים האָבן אַ מעגלעכקייט צו פֿאַרברענגען עס ווי זיי ווילן.

הרבֿ נפֿתּלי לובערט, אַ פֿרומער מיטגליד פֿונעם שטאָטס־ראַט, האָט געטענהט, אַז דעם באַשלוס איז „אַ שוואַרצער טאָג‟, און אַז די, וואָס האָבן עס געשטיצט, זענען „פֿאַררעטער‟. אין יוני 2013, האָט דאָס ישׂראלדיקע העכסטע געריכט באַפֿוילן, אַז די מוניציפּאַליטעט פֿון תּל־אָבֿיבֿ און יפֿו מוז אויספֿירן דעם געזעץ, לויט וועלכן די געשעפֿטן אינעם ראַיאָן טאָרן נישט אַרבעטן שבת. די ריכטער האָבן באַשטעטיקט, אַז צוויי גרויסע נעצן פֿון קראָמען, ווי אויך די מוניציפּאַליטעט גופֿא, האָבן נישט געפֿאָלגט דעם דאָזיקן געזעץ.

די בעל־הבתּים פֿון קליינע געשעפֿטלעך האָבן געטענהט, אַז זיי פֿאַרלירן די קונים, וועלכע גייען שבת אין די קראָמען פֿון די דערמאָנטע גרויסע נעצן, וועלכע באַצאָלן כּסדר דעם קנס פֿאַרן ברעכן דעם געזעץ, אָבער בלײַבן נאָך אַלץ אָפֿן. כּדי צו לייזן דעם קאָנפֿליקט, האָט דאָס העכסטע געריכט געגעבן דער תּל־אָבֿיבֿער מוניציפּאַליטעט אַן עצה צו בײַטן דעם געזעץ און דערלויבן אַ טייל געשעפֿטן צו אַרבעטן שבת.