פֿילם-פּראָיעקט: וועלט פֿון חסידישן בחור קערט זיך איבער

Film Project: Hasidic Teen's Life is Turned Upside Down

לייזער ווײַס, איינער פֿון די שרײַבער פֿון דער דראַמע, העלפֿט אַרויס מיט דער פֿילם־אַרבעט
לייזער ווײַס, איינער פֿון די שרײַבער פֿון דער דראַמע, העלפֿט אַרויס מיט דער פֿילם־אַרבעט

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 27, 2014, issue of April 11, 2014.

אַ פֿילם וועגן אַ יונגן חסיד פֿון וויליאַמסבורג, וואָס דערוויסט זיך, אַז זײַן ייִנגערער ברודער איז סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן, און באַמיט זיך צו זוכן הילף אין דער „היפּסטער‟־זײַט פֿון וויליאַמסבורג, האָט שוין אַרויסגערופֿן אַ ממשותדיקן אינטערעס אין דער קינאָ־וועלט.

דער סצענער פֿון דער דראַמע, The Other Side [אַן אַנדערע וועלט], אָנגעשריבן פֿון סטייסי מאַלטין מיט דער הילף פֿון צוויי יונגע געוועזענע חסידים, איז שטאַרק געלויבט געוואָרן אויף דער וועבזײַט, The Black List, און איז אַ האַלב־פֿינאַליסט אין צוויי באַזונדערע סצענאַר־קאָנקורסן.

מאַלטין און דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם, דני טענענבוים (וועלכער איז, אַגבֿ, אויך איר מאַן), האָבן שוין אָנגעהויבן אינטערוויויִרן פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן פֿאַר די הויפּט־ראָלעס, און האָפֿן צוצוציִען אַ באַרימטן אַקטיאָר צו שפּילן דעם רבֿ אינעם פֿילם. זיי האָבן בדעה אָנצוהייבן פֿילמירן דעם קומענדיקן אויגוסט.

כּדי צו פֿאַרענדיקן דעם פּראָיעקט מוזן טענענבוים און מאַלטין אָבער זאַמלען גענוג געלט דערפֿאַר. האָבן זיי געגרינדעט אַ קאַמפּאַניע דורך Kickstarter https://www.kickstarter.com/projects/1522426288/the-other-side-1

און זיי ווענדן זיך איצט צום ברייטן עולם צו העלפֿן זיי דערגרייכן דעם ציל. דער פּראָיעקט מוז אָנזאַמלען, צום ווייניקסטן, $50,000 ביז פֿרײַטיק, דעם 18טן אַפּריל, 2014. טענענבוים האַלט, אַז די טעמע פֿונעם פֿילם איז גענוג פֿאַרכאַפּנדיק, אַז זיי וועלן קאָנען דערגרייכן דעם ציל.

דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם — דני טענענבוים, און די שרײַבערין/פּראָדוצירערין — סטייסי מאַלטין
דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם — דני טענענבוים, און די שרײַבערין/פּראָדוצירערין — סטייסי מאַלטין

די דראַמע שילדערט די שטילע שפּאַנונג צווישן די צוויי וועלטלעך, וואָס לעבן בשכנות אין וויליאַמסבורג: פֿון איין זײַט — די חסידישע קהילה, וואָס באַמיט זיך מיט אַלע כּוחות צו לעבן אָפּגעזונדערט פֿון די דרויסנדיקע סעקולערע השפּעות, און פֿון דער צווייטער — די קינסטלער און באָהעמישע טיפּן, וועלכע וווינען גלײַך איבער דער מאַרסי עוועניו־גרענעץ. הגם אין דער חסידישער קהילה ווערט די „היפּסטער‟־וועלט באַטראַכט ווי אַ מאָדערנער סדום און עמורה, איז עס דווקא דאָרט, וווּ אַ טייל פֿון די חסידישע יונגע לײַט דערשמעקן זייער ערשטן טעם פֿון דער פֿרײַער וועלט.

הגם דער סיפּור־המעשׂה ברענגט אַרויס געוויסע נישט־אײַנגענעמע אַספּעקטן פֿון דער חסידישער קהילה, באַטאָנט עס אָבער אויך דעם מסירת־נפֿש, וואָס מע זעט דאָרט טאָג־טעגלעך, אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿרײַען, אינדיווידואַליסטישן כאַראַקטער פֿון די „היפּסטערס‟.