פֿאַרגעסענע געשיכטע וועגן אַן ערשט־קלאַסישן אָרקעסטער

The Forgotten History of a World-Class Orchestra

בראָניסלאָוו הובערמאַן האָט געגרינדעט דעם פּאַלעסטינער אָרקעסטער מיט דער הילף פֿון אַלבערט אײַנשטיין
Wikimedia Commons
בראָניסלאָוו הובערמאַן האָט געגרינדעט דעם פּאַלעסטינער אָרקעסטער מיט דער הילף פֿון אַלבערט אײַנשטיין

פֿון פּיטער אַראָנסאָן (Forward)

Published March 30, 2014, issue of April 25, 2014.

דער ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער, אונטערן דיריגענט זובין מעטאַ, מאַכט די וואָך אַ טור פֿון 14 שטעט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ווייניק מענטשן ווייסן אָבער נישט די געשעענישן פֿון די 1930ער יאָרן, וואָס האָבן גורם געווען די גרינדונג פֿון איינעם פֿון די גרעסטע אָרקעסטערס אין דער וועלט.

נישט לאַנג נאָך דעם ווי אַדאָלף היטלער איז געוואָרן דער קאַנצלער פֿון דײַטשלאַנד אין 1933, האָבן די נאַציס דורכגעפֿירט איין אַנטיסעמעטישע אַקציע נאָך אַ צווייטער. די ייִדישע פּראָפֿעסיאָנאַלן, אַרײַנגערעכנט די אָרקעסטער־מוזיקער, אין דײַטשלאַנד און אַנדערע טיילן פֿון צענטראַל־אייראָפּע, האָבן פֿאַרלוירן זייערע שטעלעס. די ייִדישע מוזיקער האָט מען דערלויבט צו שפּילן בלויז פֿאַר אַנדערע ייִדן דורך די „קולטורבונד־אָרקעסטערס‟. ווי אַ פּועל־יוצא האָבן אַ סך פּראָמינענטע ייִדן אָנגעהויבן צו פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד.

ביז 1933 האָט בראָניסלאַוו הובערמאַן, דער באַרימטער פּויליש־ייִדישער פֿידלער, געהאַלטן, אַז די ייִדן זאָלן בלײַבן אין אייראָפּע. כאָטש ער האָט געשטיצט די, וואָס וווינען אין ארץ־ישׂראל, האָט ער אָפּגעוואָרפֿן ציוניזם, גלייבנדיק, אַז אַ פֿאַראייניקטע, האַמאָנישע אייראָפּע איז דער בעסטער מיטל אויסצומײַדן צוקונפֿטדיקע וועלט־מלחמות. „ס׳וואָלט געווען ממש אַ טראַגעדיע, אויב דאָס ייִדישע פֿאָלק וואָלט פֿאַרלאָזט אייראָפּע, וואָס האָט געשפּילט אַזאַ וויכטיקע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער קולטור,‟ האָט הובערמאַן דערקלערט.

אָבער דערנאָך האָט דער בירגער־מײַסטער פֿון פֿראַנקפֿורט אָפּגעזאָגט די ייִדישע אַרבעטער פֿון דער שטאָט־אָפּערע, טעאַטער און ביבליאָטעק. די נאַציס האָבן פֿאַרווערט ברונאָ וואָלטער צו דיריגירן אַן אָרקעסטער אין דײַטשלאַנד, און האָבן אויך געמאַכט אַן אָבלאַווע אויף אַלבערט אײַנשטײַנס שטוב אין בערלין, וווּ זיי האָבן פֿאַרכאַפּט זײַן באַנק־קאָנטע. אין גיכן האָבן זיי אויך בויקאָטירט די ייִדישע קראָמען.

אין אַפּריל 1933 האָט אַרטוראָ טאָסקאַניני, דער וועלט־באַרימטער דיריגענט, געגרינדעט אַן אינטערנאַציאָנאַלן בויקאָט, מע זאָל נישט אויפֿטרעטן אין נאַצי־דײַטשלאַנד. הובערמאַן איז געווען שטאַרק פּאָפּולער אין דײַטשלאַנד, אָבער אין יולי 1933 האָט ער זיך אַליין אָנגעשלאָסן אינעם בויקאָט.

אין יאַנואַר 1934איז הובערמאַן געפֿאָרן אויף זײַן דריטן טור קיין ארץ־ישׂראל, דיריגירנדיק 12 אויספֿאַרקויפֿטע קאָנצערטן במשך פֿון 18 טעג. דער עולם האָט אים אויפֿגענומען מיט שטייענדיקע אָוואַציעס, און ער האָט דערזען מיט זײַנע אייגענע אויגן ווי די ייִדן אין פּאַלעסטינע זענען ממשיך די העכסטע אידעאַלן פֿון דער מאָדערנער ציוויליזאַציע — אינעם מיטעלן מיזרח.

„פּאַלעסטינע אַנטוויקלט זיך אַזוי גיך, אַז הונדערטער יאָרן נאָך הײַנט וועט מען באַצייכענען די תּקופֿה ווי אַ נײַער ביבלישער נס,‟ האָט הובערמאַן געשריבן פֿון תּל־אָבֿיבֿ. „צום ערשטן מאָל זע איך, אַז דאָ האָט מען בכלל נישט אָפּגעוואָרפֿן די אייראָפּעיִשע קולטור, נאָר פֿאַרקערט — מע האָט עס אָנגעהויבן צו פֿאַרשטאַרקן.‟

אין פֿרילינג 1934 האָט הובערמאַן באַשלאָסן צו גרינדן אַ ייִדישן אָרקעסטער אין ארץ־ישׂראל. ער האָט געשריבן אַ בריוו דער רײַכער משפּחה זיף אין לאָנדאָן, בעטנדיק פֿינאַנציעלע שטיצע, און זיך געוואָנדן צו אָנגעזעענע דיריגענטן אין אייראָפּע און אַמעריקע, בעטנדיק זיי זיך צו באַטייליקן.

הובערמאַן האָט זיך געטראָפֿן מיט פֿאַרמעגלעכע ייִדן אין פּאַלעסטינע און זיי פֿאָרגעלייגט זײַן פּלאַן צו גרינדן אַן ערשט־קלאַסישן אָרקעסטער. ער האָט זיי צוגעזאָגט, אַז ער וועט אויפֿטרעטן און זאַמלען געלט אין אייראָפּע און אַמעריקע, און נאָך דעם ווי די פֿאָנדן וועלן זיך אָנקלײַבן, וועט ער דורכפֿירן אוידיציעס אין אייראָפּע, געבנדיק די דײַטשישע ייִדן אַ פּרעפֿערענץ.

אין גיכן האָט הובערמאַן אָנגעהויבן אַן אַמעריקאַנער טור פֿון 42 קאָנצערטן במשך פֿון 60 טעג. ווען ער האָט דערהערט, אַז די רדיפֿות קעגן די דײַטשישע ייִדן זענען נאָך ערגער געוואָרן, האָט ער, אַן אויפֿגעבראַכטער, פּובליקירט אַן עפֿנטלעכן בריוו צו די געבילדעטע דײַטשן; אַ בריוו וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אין דער צײַטונג Manchester Guardian אין עגנלאַנד: „פֿאַר דער גאַנצער וועלט באַשולדיק איך אײַך, די דײַטשע אינטעלעקטואַלן, וועלכע געהערן נישט צו דער נאַצי־פּאַרטיי, אין די אַלע נאַציסטישע פֿאַרברעכנס.‟

אין 1936 האָט אײַנשטײַן געהאָלפֿן הובערמאַן אָרגאַניזירן אַ באַנקעט אין ניו־יאָרק, און טאָסקאַניני האָט זיך אָנגעבאָטן צו דיריגירן דעם סאַמע ערשטן קאָנצערט פֿונעם אָרקעסטער אין תּל־אָבֿיבֿ. נישט געקוקט אויף דער שוואַכער וועלט־עקאָנאָמיע, האָט הובערמאַן באַוויזן צו זאַמלען צענדליקער טויזנטער דאָלאַר, און דער פּאַלעסטינער אָרקעסטער איז געגרינדעט געוואָרן.

אויפֿן ערשטן קאָנצערט, דיריגירט פֿון טאָסקאַניני, דעם 26סטן דעצעמבער 1936, זענען געקומען מער ווי 3,000 מענטשן. מיט 75 יאָר שפּעטער דינט דער פּאַלעסטינער אָרקעסטער, הײַנט באַקאַנט ווי דער ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישע אָרקעסטער, נאָך אַלץ ווי אַ קולטור־אַמבאַסאַדאָר פֿאַר דער ייִדישער מדינה.