קינדער און פּיסטוילן: אַן אַמעריקאַנער טראַגעדיע

Children and Guns: An American Tragedy


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 01, 2014, issue of April 25, 2014.

דאָס ערשטע מאָל אין וועלכן איך האָב געהאַלטן אַ פּיסטויל בין איך געווען זעקס אָדער זיבן יאָר אַלט. איך מיט מײַנע עלטערן זענען געווען אויף וואַקאַציע און זענען געבליבן בײַ קרובֿים. איך האָב זיך צופֿעליק אָנגעשטויסן אויף אַ גאָלדענעם פּיסטויל, וואָס מע האָט געהאַלטן אין אַ קאַמאָד לעבן דעם בעט, וווּ איך בין געשלאָפֿן.

ווי דער קלוגער מזיק וואָס איך בין געווען בין איך דאָך געווען גענוג קלוג צו וויסן, אַז עס האַנדלט זיך וועגן אַן עכטן פּיסטויל, און אַז ער איז דאָך געווען גאַנץ געפֿערלעך. איך בין אָבער ניט געווען קלוג גענוג דעם פּיסטויל איבערצולאָזן און רופֿן נאָך אַ דערוואַקסענעם. ניין, דווקא ווײַל איך בין געווען אַ קלוגער האָב איך מורא געהאַט, אַז עמעצער קען חלילה דערשאָסן ווערן אויב איך לאָז דעם פּיסטויל צו רו.

באַשלאָסן האָב איך, אַז דער פּאַסיקסטער שריט איז געווען פֿונאַנדערצוטיילן דעם פּיסטויל, אַרויסנצועמען די קוילן און דערנאָך אים אַריבערצוגעבן די עלטערן, אַזוי ווי אַ שטייגער בײַ אַ הונט, וואָס ברענגט דעם בעל־הבית אַן אומדערוואַרט ביינדל.

און אַזוי האָב איך פּרובירט צו טאָן. איך האָב מיט ציטערנדיקע הענט גענומעם דעם פּיסטויל בײַ דער קאָלבע. ער איז מיר געלעגן שווער אין די הענט. דאָס צינגל האָב איך געוווּסט, אַז איך טאָר ניט אָנרירן אָבער וועגן די אַנדערע טיילן פֿונעם פּיסטויל האָב איך קיין אַנונג ניט געהאַט. מיר איז געלונגען געוואָרן אָפּצוטיילן דעם מאַגאַזין פֿונעם רעשט פֿונעם פּיסטויל אָבער איך האָב, אַ פּנים, ניט געוווּסט, אַז מע דאַרף אויך אַרײַנקוקן אינעם קאַמער, כּדי צו קאָנטראָלירן, אַז ס׳זענען ניט געבליבן קיין אַנדערע קוילן ווײַל מע האָט מיר שפּעטער דערציילט, אַז אַ פּאָר רונדעס זענען יאָ געבליבן אינעם קאַמער ווען איך האָב דעם פּיסטויל דערלאַנגט דעם טאַטן.

איך דערמאָן דעם שרעקלעכן עפּיזאָד, ניט, חלילה, קיינער צו פֿאַרשעמען אָדער צו געבן דעם אײַנדרוק, אַז מײַנע עלטערן האָבן ניט גענוג גוט אויפֿגעפּאַסט אויף מיר. פֿאַרקערט, זיי האָבן מיך אַזוי געהיט, אַז מײַנע חבֿרים פֿלעגן חוזק מאַכן פֿון מיר. מײַנע עלטערן זענען געווען „העליקאָפּטערישע‟ פֿאַר דעם, וואָס מע האָט אַפֿילו אויסגעטראַכט דעם באַגריף. און דווקא דערפֿאַר דערמאָן איך דעם עפּיזאָד: איך האָב זיך אָנגעשטויסן אין אַ פּיסטויל, ניט צוליב קיין אָפּגעלאָזנקייט מצד די עלטערן, נאָר צוליב דעם, וואָס דאָס לאַנד איז ממש פֿאַרפֿלייצט מיט ביקסן. דאָס וואָס אַ יונג קינד קאָן געפֿינען אַ באַהאַלטענעם פּיסטויל אָדער ביקס איז גאָר אַ געוויינטלעכע דערשײַנונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. זייער אָפֿט דערפֿירט עס צו טראַגישע רעזולטאַטן.

אין 2007 זענען מער ווי 20,000 קינדער דערשאָסן געוואָרן, און 3,042 פֿון זיי זענען טאַקע אומגעקומען צוליב געווער. עס איז ניט גרינג אויסצוגעפֿינען וויפֿל מענטשן זענען דערשאָסן געוואָרן צוליב אַן אומגליק, ווײַל די אַמעריקאַנער געזעצן, אונטער דער השפּעה פֿון די ביקס־שתּדלנים־געזעלשאַפֿטן, בראָש מיט דער „נאַציאָנאַלער ביקס אַסאָציאַציע‟ (NRA), מאַכן עס זייער שווער, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג זאָל אויספֿאָרשן דעם ענין ווי געהעריק. אין אַמעריקע בכלל ווייסט מען אָבער יאָ, אַז אין 2010 זענען מער ווי 100,000 מענטשן דערשאָסן געוואָרן, און 31,076 פֿון זיי זענען אומגעקומען, ס׳רובֿ צוליב זעלבסטמאָרדן (19,392) און מאָרדן (11,078). מע שאַצט, אַז אומגליקן מיט ביקסן האָבן דערהרגעט 606 אַמעריקאַנער אין 2010 אָבער ס׳זענען דאָ אַ סך פֿאָרשער, וועלכע האַלטן, אַז דער צאָל איז פֿיל העכער.

אויב מע רעכנט אויס די סטאַטיסטיק ניט סתּם לויטן יאָר, נאָר לויט די יאָרצענדליקער, הייבט מען אָן זיך צו דערוויסן, אַז די אַמעריקאַנער מגפֿה פֿון שיסערײַען האָט אומגעבראַכט מער מענטשן ווי אין אַלע אַמעריקאַנער מלחמות אין איינעם. צווישן 1968 און 2011 זענען אַן ערך 1,380,000 אַמעריקאַנער אומגעקומען צוליב אַ ביקס אָדער פּיסטויל, צוויי הונדערט טויזנט מער ווי אַלע אַמעריקאַנער סאָלדאַטן, וועלכע זענען אומגעקומען אין מלחמות זינט 1776. צווישן 1981 און 2010 אַליין זענען 112,375 קינדער אומגעקומען נאָכן דערשאָסן ווערן. דאָס איז 25,000 מער קינדער, ווי די צאָל אַמעריקאַנער סאָלדאַטן, וואָס זענען געשטאָרבן בעת די מלחמות אין קאָרעאַ, וויעטנאַם, איראַק און אַפֿגאַניסטאַן אין איינעם.