עמוס גיתּאַיס פֿילם וועגן „AMIA‟

Amos Gitai Making Film About AMIA Bombing

פֿון ייִט״אַ

Published April 02, 2014, issue of April 25, 2014.

עמוס גיתּאַי
עמוס גיתּאַי

דער באַקאַנטער ישׂראלדיקע רעזשיסאָר עמוס גיתּאַי גרייט זיך צו שאַפֿן אַ פֿילם וועגן דעם באָמבע־אַטאַק אויפֿן ייִדישן קהילה־צענטער „AMIA‟ אין בוענאָס־אײַרעס, וועלכער איז אויפֿגעריסן געוואָרן אין אַ טעראָר־אַקט אינעם יאָר 1994.

די בראַזילישע קינאָ־פֿירמע „Prana Films‟ וועט פּראָדוצירן דעם פֿילם אויפֿן סמך פֿון דער דאָזיקער טראַגעדיע, אין וועלכער עס זענען אומגעקומען 85 מענטשן און נאָך הונדערטער זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן.

אַ טייל פֿון די סצענעס וועלן פֿילמירט ווערן אין דער שטאָט קיודאַד דעל עסטע, פּאַראַגווײַ, אויף דער גרענעץ פֿון אַרגענטינע און בראַזיל. די אויסשפּיר־אינסטאַנצן גיבן איבער, אַז דאָרטן זענען אַקטיוו די טעראָריסטן פֿון „כעזבאָלאַ‟. לויטן פּלאַן, וועט דער בודזשעט פֿונעם פֿילם באַטרעפֿן 3.5 מיליאָן דאָלאַר. דער אַרגענטינער אַקטיאָר ריקאַרדאָ דאַרין און די פֿראַנצויזישע אַקטריסע זשוליעט בינאָש האָבן אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו שפּילן אין גיתּאַיס נײַ ווערק.

דער סיפּור־המעשׂה האָט צו טאָן מיטן ספּעציעלן פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן, וועלכער האָט באַשולדיקט איראַן אין שטיצן דעם אַטאַק. דער רעזשיסאָר, וועלכער האָט שוין באַקומען אַ צאָל פּרעסטיזשפֿולע פּריזן אויף אינטערנאַציאָנאַלע פֿעסטיוואַלן אין קאַן אין ווענעדיק, האָט איבערגעגעבן, אַז זײַן נײַער פֿילם וועט זײַן „אַ מעשׂה וועגן מענטשלעכע באַציִונגען, דעם עפֿעקט פֿונעם אויפֿרײַס אויף דער קהילה און דעם מצבֿ פֿון די געזעצן אין לאַטײַן־אַמעריקע‟. אַ צאָל גיתּאַיס פֿילמען האָבן צו טאָן מיטן קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די אַראַבער.