גלײַכגילט ווי אַ סיבה פֿון פּענס נצחון

Jews Blame Apathy for French National Front Victory

מאַרין לע פּען
Getty Images
מאַרין לע פּען

פֿון ייִט״אַ

Published April 02, 2014, issue of April 25, 2014.

אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין פֿראַנקרײַך און אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער האָבן געטענהט, אַז דער דערפֿאָלג פֿונעם עקסטרעם־רעכטן „נאַציאָנאַלן פֿראָנט‟ אין עטלעכע ראַיאָנען איז אַ רעזולטאַט פֿון דעם, וואָס אַ סך וויילער האָבן זיך באַצויגן צו די וואַלן מיט גלײַכגילט.

זונטיק, דעם 30סטן מאַרץ, זענען אין פֿראַנקרײַך פֿאָרגעקומען די מוניציפּאַלע וואַלן. אין 11 מוניציפּאַליטעטן האָט מען אויסגעקליבן בירגער־מײַסטערס פֿונעם „נאַציאָנאַלן פֿראָנט‟. דאָס איז אַ ריזיקער חילוק אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 1997, ווען בלויז 4 פֿאָרשטייער פֿון דער דאָזיקער פּאַרטיי האָבן באַקומען אַזאַ פּאָזיציע.

הרבֿ פּינחס גאָלדשמיט, דער פּרעזידענט פֿון דער „אייראָפּעיִשער קאָנפֿערענץ פֿון רבנים‟, האָט מאָנטיק באַמערקט, אַז די פֿראַנצויזישע וויילער פֿאַרשטייען נישט, אַז אין די עקסטרעם־רעכטע פּאָליטישע פּאַרטייען שטעקט אַן ערנסטע סכּנה, אָדער באַציִען זיך פּשוט גלײַכגילטיק. די ייִדישע פֿירער און אָרגאַניזאַציעס זענען פֿאַרזאָרגט מיטן וואַלן־דערפֿאָלג פֿונעם „נאַציאָנאַלן פֿראָנט‟, ווײַל צווישן די פּאָליטיקער, וואָס געהערן צו דער דאָזיקער פּאַרטיי, געפֿינען זיך אויסגעשפּראָכענע אַנטיסעמיטן און קסענאָפֿאָבן.

זשאַן־מאַרי לע פּען, דער גרינדער, דער ערן־פּרעזידענט און דער טאַטע פֿון דער הײַנטיקער פּאַרטיי־אָנפֿירערין, מאַרין לע פּען, איז אַליין אַ באַקאַנטער אַנטיסעמיט, וועלכער איז עטלעכע מאָל פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַרן פֿאַרשפּרייטן ראַסיסטישע העצע קעגן די מינדערהייטן, ווי אויך פֿאַרן אָפּלייקענען אָדער אָפּשוואַכן די קאַטאַסטראָפֿע פֿונעם ייִדישן חורבן. גאָלדשמיט האָט באַטאָנט, אַז אייראָפּע און די גאַנצע וועלט מוז באַטראַכט דעם אומקער פֿון דער העסלעכער רעכטער פּאָליטיק אין פֿראַנקרײַך ווי „אַלאַרעם־גלאָקן‟.

דער פֿראַנצויזישער פֿאַראיין פֿון ייִדישע סטודענטן, UEJF, האָט זונטיק, ווען מע האָט שוין איבערגעגעבן די פֿאָרלויפֿנדיקע רעזולטאַטן פֿון די וואַלן, אויסגעדריקט אומצופֿרינדקייט מיטן דערפֿאָלג פֿונעם „נאַציאָנאַלן פֿראָנט‟ אין אַ סך מוניציפּאַליטעטן, באַשולדיקנדיק די וויילער און רעגירונג־אינסטאַנצן אין דער גלײַכגילטיקער באַציִונג צו די אָרגאַניזאַציעס, וואָס פּרוּוון צו באַקעמפֿן דעם פּאָליטישן נצחון פֿון דער דאָזיקער פּאַרטיי. איינע פֿון די סיבות פֿונעם וואַלן־רעזולטאַט איז געווען די אומבאַוויליקייט אָנצונעמען דעם צענטראַליסטישן „רעפּובליקאַנער פֿראָנט‟ ווי אַ מיטל נישט אַרײַנצולאָזן לע פּענס נאָכפֿאָלגער צו דער מוניציפּאַלער מאַכט.

גאָלדשמיט האָט צוגעגעבן, אַז דער וואַלן־נצחון פֿונעם „נאַציאָנאַלן פֿראָנט‟ האָט אויך צו טאָן מיטן ברייטן פּראָטעסט קעגן דעם אומגעראָטענעם פּרעזידענט פֿראַנסואַ אָלאַנד; ס׳איז אָבער קלאָר, אַז די רעקאָרד־הויכע צאָל מענטשן, וואָס האָבן זיך נישט באַטייליקט אין די וואַלן — 38.5 פּראָצענט — האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם אומגעוווּנטשענעם רעזולטאַט.