אַ כּשרער נאַכט־קלוב אין מאָסקווע

Kosher Nightclub in Moscow

יונגע מיידלעך טאַנצן אין אַ תּל־אָבֿיבֿער דיסקאָטעק
Getty Images
יונגע מיידלעך טאַנצן אין אַ תּל־אָבֿיבֿער דיסקאָטעק

פֿון ייִט״אַ

Published April 03, 2014, issue of April 25, 2014.

אַ ייִדישע גרופּע קלײַבט זיך צו עפֿענען אַ כּשרן נאַכט־קלוב אינעם צענטראַלן טייל פֿון מאָסקווע.

דעם 1טן אַפּריל, האָט די רוסיש־שפּראַכיקע ישׂראלדיקע וועבזײַט „Izrus.co.il‟ איבערגעגעבן, אַז די נײַע אינסטיטוציע, וואָס הייסט „קלוב שחר‟, וועט זיך עפֿענען דעם 5טן אַפּריל אין אָוונט.

איליאַ ליפּעצקער, אַ מיטגרינדער פֿונעם קלוב, האָט דערקלערט, אַז די ייִדישע יוגנט אין מאָסקווע נייטיקט זיך אין אַן אָרט, וווּ זיי קענען פֿאַרברענגען אין אַ פֿרײַער אַטמאָספֿער. ער האָפֿט, אַז דער נײַער פּראָיעקט וועט העלפֿן צונויפֿצוברענגען פֿאַרשיידענע מינים ייִדן. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן געמאָלדן אויפֿן „פֿייסבוק‟, אַז אַלע מאכלים און משקאָות אינעם קלוב וועלן זײַן כּשר, און אַז שבת וועט ער זײַן פֿאַרמאַכט.

ליפּעצקער האָט געשאַפֿן דעם קלוב צוזאַמען מיט אַלכּסנדר קאַרגין, דער אָנפֿירער פֿון דער גרופּע „שחר‟, וואָס אָרגאַניזירט פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען אין דער מאָסקווער ייִדישער קהילה, דער עיקר מיט אַ פּראָ־ישׂראלדיקן טעם. „שחר‟ אָרגאַניזירט פּראָ־ישׂראלדיקע מאַרשן אין רוסלאַנד — צום בײַשפּיל, בעת דער מיליטערישער אָפּעראַציע „עמוד־ענן‟ אינעם עזה־פּאַס, אינעם יאָר 2012. קאַרגין האָט דערקלערט, אַז ער וויל באַקענען די תּושבֿים פֿון דער רוסלענדישער הויפּטשטאָט מיטן תּל־אָבֿיבֿער סטיל פֿון נאַכט־לעבן.

לויט חשבון פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟, באַטרעפֿט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין מאָסקווע בערך 100,000 נפֿשות.