אַ קרייצצוג אין מאַנהעטן

A Crusade in Manhattan


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 08, 2014, issue of April 25, 2014.

נאָך אַן אומגעהויער שטאַרקן ווינטער פֿון זאַווערוכעס און ברענענדיקע פֿראָסטן הייבט זיך שוין צוביסלעך אָן דער פֿרילינג בײַ אונדז אין ניו־יאָרק. און צוליב דעם, וואָס עס ווערט איצט וואַרעמער, בלײַבן די מענטשן לענגער אויף דער גאַס און מע זעט, אַז מע האָט מער צו טאָן איינער מיטן צווייטן. מיט אַ פּאָר טעג צוריק, אָנהייב אַפּריל, בין איך געזעסן אין „יונאָין סקווער פּאַרק‟ און געזען ווי די מענטשן דרייען זיך אַרום אין פֿאַרשידענע גרופּעס: מע מאַכט קונצן מיטן „סקייטבאָרד‟, און די „האַרע־קרישניקעס‟ פּלאַפּען זייער ענדלאָזער ניגון און קלאַפּן אויף פּײַקלעך. אַ גרופּע פֿון צענדליקער סבֿיבֿה־אַקטיוויסטן מאַכy אַ פּראָטעסט און פֿאַרשידענע קליינע באַנדעס יונגע־לײַט, ס׳רובֿ, אַ פּנים, סטודענטן פֿונעם דערבײַיִקן ניו־יאָריקער אוניווערסיטעט, „באָדן זיך‟ אויף דער זון. אַ מיטליעריקע פֿרוי מיט אַ פּאָפּוגײַ אויפֿן אַקסל גייט פֿאַרבײַ און סוחרים פּרובירן אויסצופֿאַרקויפֿן מאָדנע פֿליִענדיקע פּלאַסטישע שפּילעכלעך, וואָס זיי רופֿן אָן „העליקאָפּטערס‟. בקיצור, ס׳איז געווען אַ נאָרמאַלער פֿרילינג־טאָג אין מאַנהעטן, אַזאַ ווי מע האָט שוין לאַנג ניט געזען.

מיט אַ מאָל האָב איך דערזען אַ גרופּע פֿון הונדערטער יונגע־לײַט גייענדיק אויף דער 14סטער גאַס. אַפֿילו פֿון אַ בלאָק אַוועק האָט מען געקענט בולט זען, אַז עס האַנדלט זיך אין איין גרויסער כאָפּטע מענטשן ווײַל אַלע האָבן געטראָגן דעם זעלביקן בלויען סוועטער און געהאַלטן בראָשורן אין די הענט. די יונגע־לײַט זענען אַלע געווען אַרום 15 יאָר אַלט, אַזיאַטיש, און האָבן זיך „אָנגעטשעפּנט‟ אין די פֿאַרבײַגייער. פֿאַרכאַפּט פֿון דער מאָדנער סצענע, בין איך צוגעגאַנגען צו זיי, כּדי זיך צו דערוויסן וואָס אַזוינס טוט זיך (אפֿשר גאָר אַ פּאַראַד מיט עסנוואַרג?). איך האָב אָבער חרטה געהאַט וויבאַלד איך האָב געזען, אַז זיי זענען געווען אויף אַ מיסיע (אָדער „קרייצצוג‟ ווי זיי האָבן עס גערופֿן).

פֿאַרשטייט זיך, אַז אָט די מיסיע איז ניט געווען אַזש, ווי די בלוטיקע קרייצצוגן, וואָס די אייראָפּעער האָבן געמאַכט אויף מײַנע אָבֿות אין מיטלעלטער. אָבער קיין אײַנגענעמענע איבערלעבונג איז ער פֿאָרט ניט געווען. אויף שריט און טריט האָבן די „קרייצצוגער‟ אָפּגעשטעלט פֿאַרבײַגייער אויף דער גאַס און געפֿרעגט עפּעס אויף אַ שווער־אַקצענטירטן ענגליש. דאָס וואָס איך האָב לכתּחילה געהערט איז געווען „אַלע פֿליגן פֿון זינד‟ (All fly of sin) אָבער נאָכן גוט אײַנהערן זיך אַ פּאָר מאָל און וויסנדיק, אַז ווי אַ סך אַזיאַטיקער, פֿאַרפּלאָנטערן זיי R און L, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז זיי האַלטן באמת אין איין זאָגן „צי ביסטו פֿרײַ פֿון זינד?‟ (?Are you free of sin).

ווען עס איז מיר קלאָר געוואָרן, אַז פֿון דעם המון וואָלט איך ניט געקענט אַנטרינען, האָב איך באַשלאָסן, אַז איך זאָל כאָטש אַ ביסל הנאה האָבן פֿון דער סיטואַציע און פּרובירן אַרײַנצולייגן אין איר אַ ביסל הומאָר. ווען מע האָט מיך אָפּגעשטעלט און געפֿרעגט, צי איך בין פֿרײַ פֿון זינד האָב איך געענטפֿערט, ווי אַ גוטער קריסט, „חלילה ניט. קיינער פֿון אונדז איז ניט פֿרײַ פֿון זינד.‟ מע האָט אויף מיר געשמייכלט, געהערט ווי איך רעד אויף זייער עוואַנגעליסטישן שטייגער און, אַ פּנים, געמיינט, אַז איך בין אַן אייגענער.

„צי האָסטו שוין אָנגענומען יעזוסן ווי דײַן פּערזענלעכן דערלייזער?‟ האָט מען מיך דערנאָך געפֿרעגט.

„חבֿרה‟, האָב איך געזאָגט „צי האַלט איר ניט, אַז ס׳איז אַ ביסל פֿרי, אָנצוהייבן מיט אַזעלכע פּערזענלעכע פֿראַגעס? בעסער איר זאָלט אָנהייבן ניט אויף אַזאַ דירעקטן אופֿן. רעדט, למשל, פֿונעם וועטער אָדער וועגן עפּעס אין דער נײַעס. אויב איר ווילט ראַטעווען אַמעריקאַנער נשמות, דאַרפֿט איר צו ערשט אַרײַנכאַפּן זיי אין אַ שמועס, וואָס האָט גאָרניט קיין שײַכות צו זייערע נשמות… פֿון וואַנען זענט איר, אַ שטייגער?‟ פֿאַרפּלעפֿט, האָט אַ גראָבער ייִנגל מיט לאַנגע האָר און אַ בינטל פֿאַרפֿאַלדעוועטע בראָשורן מיט בילדער אויף דער הילע פֿון ליכטיקע הימל־פּאַנאָראַמעס מיך געענפֿערט:

„קאָרעע.‟

„נו,‟ האָב איך געזאָגט, „דאָס לייגט זיך שטאַרק אויפֿן שׂכל. דאָרטן זענען דאָ אַ סך ענטוזיאַסטישע קריסטן. איר זענט נאָר וואָס אָנגעקומען?‟

„יאָ.‟

„וויפֿל זענט איר?‟

„איך ווייס ניט. כאָטש דרײַ הונדערט‟.

„אַזוי גאָר! און פֿאַר וואָס זענט איר געקומען?‟

„צו מאַכן אַ קרײצצוג‟.

„נו,‟ האָב איך געזאָגט, מיט אַזאַ גרויסן שמייכל, ווי איך האָב נאָר געקענט מאַכן, „אויב אַזוי דאַרפֿט איר שווערד, פֿערד און אַ ברעטל מיט וואָס אומצוברענגען די פּאַגאַנער, וועלכע ווילן ניט אָננעמען יעזוסן.‟ אין קאָרעע, אַ פּנים, האָט מען ניט קיין חוש פֿאַר סאַרקאַזם ווײַל די חבֿרה לעבן מיר איז דערשראָקן געוואָרן.

„וועגן וואָס רעדסטו אייגנטלעך?‟ האָט דער זעלביקער יונגערמאַן מיך געפֿרעגט.

„נו,‟ האָב איך געזאָגט. „איך בין, איר זאָלט וויסן, אַ ייִד. און אַזוי ווײַט ווי איך ווייס, דאָס לעצטע מאָל, וואָס אַ גרופּע פֿײַנע יונגטלעכע אַזוי ווי איר האָבן געמאַכט אַ קרייצצוג, איז אַ גרויסער טייל פֿון מײַן משפּחה דערהרגעט געוואָרן אין דײַטשלאַנד. איז, אויב איר האָט בדעה צו מאַכן אַ קרייצצוג, זאָלט איר זיך…‟

איידער איך האָב זיי געקענט ראָטן, ווי אַזוי אָנצופֿירן מיט זייער קרייצצוג ווי געהעריק, האָט אַ מיידל אָפּגעהאַקט מײַנע רייד און געזאָגט: „ניין, מיר רעדן ניט פֿון אַזאַ קרייצצוג, נאָר פֿון אַ ׳ביבל־קרייצצונג׳‟.

„אַזוי גאָר‟, האָב איך געזאָגט. „איז, אַז עמעצער האָט באַצאָלט הונדערטער טויזנטער דאָלאַר אײַך אַריבערצוברענגען קיין אַמעריקע, כּדי צו ראַטעווען מײַן נשמה ־ עפּעס וואָס איר וועט, דרך־אַגבֿ, ניט קענען טאָן, ווײַל איך האָב שוין איין רעליגיע, וועלכע איך האַלט ניט אויף ווי עס באַדאַרף צו זײַן און קיין צווייטע וויל איך ניט ־ זאָלט איר כאָטש עפּעס אַ ביסל זיך אויסלערנען וועגן דער אַמעריקאַנער קולטור: אין אַמעריקע איז דאָ אַזאַ פּאָפּולערער באַגריף פֿון „פּאָליטישער קאָרעקטקייט‟. דאָס מיינט, בעצם, אַז אויב עפּעס וואָס מע זאָגט באַליידיקט עמעצן, מוז מען עס זאָגן אויף אַ מער סענסיטיוון אופֿן. און איך, ווי אַ ייִד, בין באַליידיקט פֿון דעם, וואָס איר מאַכט חוזק פֿון די עכטע קרייצצוגן, דורכן אָנרופֿן אײַער איצטיקע שליחות אַ ׳קרייצצוג׳. ס׳איז פּשוט ניט שיין און אַוודאי ניט פּאָליטיש קאָרעקט. איז, זײַט אַזוי גוט און קלײַבט אויס אַ נאָמען, וואָס וועט מיך ניט באַליידיקן‟. איך האָב שוין פֿאַרשטאַנען אין מיטן פֿון מײַן נאַרישער דרשה וועגן די פּאָליטיש־צוגעפּאַסטיקייט פֿון קרייצצוגן, אַז זיי פֿאַרשטייען נאָך ניט, אַז איך וויצל זיך און נעם די גאַנצע סיטואַציע ניט אָן ערנסט. אָבער זייער אָפּקלאַנג אויף דעם האָט מיר סײַ ווי סײַ שאָקירט.

„גאָט, הימל און גיהנום זענען ניט קיין ענינים פֿאַר פּאָליטישער קאָרעקטקייט,‟ האָט אַ ייִנגל צווישן זיי געזאָגט אויף אַ פּערפֿעקטן אַמעריקאַנער ענגליש. „פּאָליטיש־קאָרעקט צי ניט, איז עס בײַ אונדז אַ חובֿ יעדן איינעם מודיע צו זײַן, אַז די וואָס נעמען ניט אָן יעזוסן ווי זייער פּערזענלעכן דערלייזער, וועלן אייביק ברענען און פֿאַרברענט ווערן צווישן די קוילן־פֿײַערס פֿון גיהנום. און דו וועסט זיך אויך געפֿינען גלײַך צווישן זיי‟.

ס׳קען זײַן, אַז מיט דערוואַקסענע אַמעריקאַנער וואָלט איך זיי עפּעס מיאוס געהאַט געעטנפֿערט. אָבער איך האָב די יונגע קאָרעאַנער פּשוט געזאָגט, אַז עס פֿאַרדריסט מיך, וואָס זיי האָבן אַזוי פֿיל שׂינאה צו ס׳רובֿ מענטשן אויף דער וועלט און אַז יעזוס אַליין וואָלט פֿון זייער אויספֿירונג דווקא ניט געהאַלטן. דערנאָך האָב איך זיי געוווּנטשן, אַז זיי זאָלן גוט פֿאַרברענגען אין ניו־יאָרק.

אַ ביסל דערשראָקן פֿונעם אינצידענט, בין איך ווידער אַ מאָל געגאַנגען זיך באָדן אויף דער זון אין „יוניאָן־סקווער פּאַרק‟. אָבער אַ גאַנצן טאָג מיט אַ האַלבער נאַכט האָבן אין מיר געקלונגען יענעמס גרויליקע ווערטער: „וועסט אייביק ברענען און פֿאַרברענט ווערן צווישן די קוילן־פֿײַערס פֿון גיהנום‟.

איך האַלט, אַז צוליבן אייגענעם גײַסטיקן געזונט, וועל איך ווײַטער ניט רעדן מיט קיינעם, וואָס קומט קיין ניו־יאָרק אויף אַ קרייצצוג.