ווענעזועלע — דאָס איי פֿון דער שלאַנג

Venezuela – A Snake's Egg

אַנטיסעמיטישע גראַפֿיטי אין ווענעזועלע
(Confederación de Asociaciones Israelitas de Venezuela (CAIV
אַנטיסעמיטישע גראַפֿיטי אין ווענעזועלע

פֿון אַבֿרהם ליכטנבוים

Published April 09, 2014, issue of April 25, 2014.

די אַזוי־גערופֿענע פּראָגרעסיװע לינקע קרײַזן, װאָס אין דער אמתן זײַנען זיי ניט פּראָגרעסיװ און אויך ניט אַזוי לינק, נאָר פֿאַקטיש דיקטאַטאָריש, האָבן אָפּגעטאָן זייער אַ סך שאָדן אין לאַטײַן-אַמעריקע דורכן אַליִיִרן זיך מיט די ערגסטע עקספּאָנאַנטן פֿון דער מענטשהײט. זיי האָבן באַפּוצט די אידעאָלאָגיעס פֿון טיראַנען און פֿאַרװאַנדלט פּסיכאָפּאַטן אין פֿאָנען־טרעגערס.

פֿון אַזעלכע לינקע סעקטאָרן איז אויסגעװאַקסן הוגאָ טשאַװעס, אַ מענטש אָן מאָראַלישע גרענעצן, װאָס איז כּסדר געלאָפֿן נאָך מאַכט און װאָס איז אַלץ געװען גרייט צו טאָן, כּדי צו דערגרייכן זײַנע פּאָליטישע צילן. מען קען לײַכט זאָגן, אַז אין ווענעזועלע זײַנען דאָ צװיי תּקופֿות — פֿאַר טשאַוועסן, און נאָך אים. ער איז געװען דער קלאַסישער לאַטײַן-אַמעריקאַנער מיליטערמאַן װאָס גרייט צו שטאַטסקלאַפּן; אַ תּקיף װאָס האָט געפּרוּװט, דעם 4טן פֿעברואַר 1992, אַראָפּזעצן דעם פּרעזידענט קאַרלאָס אַנדרעס פּערעז; זיך אַרומגערינגלט מיט אַזוי־גערופֿענע דעמאָקראַטן, װאָס האָבן אים באַזאָרגט מיט געלט, קאָמוניקאַציע־מיטלען און אַמביציעס, און אים פֿאַרלײַכטערט דעם װעג צו דער פּרעזידענץ דורך די װעגן פֿון דער דעמאָקראַטיע, װאָס ער האָט אין דער אמתן געװאָלט צעשטערן. צװיי פּערסאָנאַזשן האָבן אים אונטערגעהאָלפֿן: פֿידעל קאַסטראָ און דער אַרגענטינער סאָציאָלאָג נאָרבערטאָ סערעסאָלע, װאָס איז אַן אויסגעשפּראָכענער אַנטיסעמיט. דורך זיי האָט ער זיך דערנענטערט צו איראַן, צו מוסולמענישע טעראָריסטן און צו אַנטיסעמיטישע קרײַזן. אַזוי האָט טשאַװעס זיך גענומען טשעפּען צום ייִדישן ייִשובֿ אין ווענעזועלע.

ייִדן װוינען אין ווענעזועלע זינט דעם 17טן יאָרהונדערט אָבער עס זײַנען אויך דאָ שפּורן פֿון ייִדן, וואָס האָבן דאָרט געלעבט צװישן די יאָרן 1498־1510, װען אַ סך ספֿרדישע ייִדן האָבן דאָרט געפֿונען שוץ נאָכן גירוש. דער עלטסטער בית־עולם געפֿינט זיך אין קאָראָ, אַ צפֿון־מזרחדיקע שטאָט. ייִדן האָבן געקעמפֿט און פֿינאַנציעל געהאָלפֿן דעם נאַציאָנאַלן העלד, דעם באַפֿרײַער סימאָן באָליװאַר אין זײַן קאַמף פֿאַר דער אומאָפּהענגיקייט פֿון ווענעזועלע. די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געשטיגן אין 20סטן יאָרהונדערט און אין 1939 זײַנען אַרײַנגעקומען 251 װאַנדערנדיקע ייִדן אין די אַזוי־גערופֿענע „שיפֿן פֿון דער האָפֿענונג‟, קאַרייביאַ און קעניגשטיין. שװער צו באַשטימען די צאָל ייִדן אין ווענעזועלע. מען שאַצט, אַז אין 1998, װען טשאַװעס איז געװאָרן פּרעזידענט, האָבן דאָרט געװוינט 20,000 ייִדן. אַנדערע פֿאַרזיכערן, אַז די צאָל איז 18,000, און דער פֿאָרשער און דעמאָגראַף, פּראָפֿ׳ דעלאַ פּערגאָלאַ פֿון ירושלימער אוניװערסיטעט, האַלט, אַז בערך 14,000 ייִדן — סײַ אַשכּנזים, סײַ ספֿרדים — האָבן געװוינט אין דער דעמאָקראַטישער תּקופֿה. די „פֿעדעראַציע פֿון די קהילות אין ווענעזועלע‟ האָט דערקלערט, אַז אַ העלפֿט האָט פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר, און אַנדערע קװאַלן, זשורנאַליסטן און פֿאָרשערס גיבן אָן, אַז %60 אָדער 70% האָבן שוין עמיגרירט — אַ שוידערלעכער ציפֿער פֿאַר דער אַזוי־גערופֿענער „שיינער רעװאָלוציע‟.

אָבער נישט נאָר ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט ווענעזועלע, די מדינה וואָס האָט אַ מאָל צוגעצויגן הונדערטער טויזנטער אימיגראַנטן, וועלכע האָבן געהאָפֿט צו פֿאַרװירקלעכן זייערע חלומות. הײַנט איז ווענעזועלע אַ לאַנד מיט אַ רעגירונג, וואָס ניצט שׂינאה װי אַ פּאָליטישע סטראַטעגיע, און וווּ מע הערט רציחה אין די רעדעס פֿון די פֿירער: צו ערשט, בײַ טשאַװעס, און איצט בײַ זײַנע יורשים. ווענעזועלע איז הײַנט אַ לאַנד אָן זיכערקייט, און קאַראַקאַס — די הויפּטשטאָט — פֿיגורירט ווי די צװייט־אומזיכערסטע שטאָט אויף דער װעלט.

מענטשן פֿון אַלע געזעלשאַפֿטלעכע שיכטן און רעליגיעס האַלטן אין איין עמיגרירן, אָבער די אַטאַקעס אויף ייִדישע אינסטיטוציעס, שולן און סינאַגאָגעס, און אויף ייִדישע עמפּרעסאַרן און יחידים שטײַגן איבער די פּראָפּאָרץ ייִדן אין לאַנד. אויף דער ראַדיאָ, טעלעװיזיע־פּראָגראַמען און צײַטונגען באַשמוצט מען כּסדר דאָס ייִדישע פֿאָלק. אייניקע זשורנאַליסטן לייקענען דעם חורבן און מען באַשולדיקט ייִדן אין דעם שװערן עקאָנאָמישן קריזיס. די אונטערװעלט, װאָס שטיצט דעם רעזשים איז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ פּאָליטישן אינסטרומענט, און 90% פֿון די פֿאַרברעכנס, אַטאַקעס און מאָרדן בלײַבן אומבאַשטראָפֿט. די רעגירונג פֿאַרכאַפּט געשעפֿטן, אונטערנעמונגען און פֿאַבריקן, און דער לעצטער דעקרעט צװינגט די אייגנטימערס פֿון די דירות צו פֿאַרקויפֿן זייער אייגנטום צו די אײַנװוינערס. טשאַװעס האָט געשאָלטן מדינת־ישראל און מאַדוראָ; זײַן יורש האָט אַרויסגעטריבן די ישׂראלדיקע דיפּלאָמאַטישע דעלעגאַציע מיט אַ פֿײַערדיקער רעדע אין אַ מעטשעט, װוּ ער האָט געטראָגן אַן אַבײַע.

פֿון אַ בנין מיטן נאָמען „די פֿראַנקרײַך‟ האָט מען אַרויסגעטריבן צענדליקער קליינע גאָלדשמיד־װאַרשטאַטן, וואָס אַ סך פֿון זיי באַשטייען פֿון ייִדן, און מען האָט שאַנטאַזשירט דעם אינזשעניר שלמה כּהן, װאָס האָט אַ סך אויפֿגעבויט אין לאַנד, בפֿרט בנינים מיט אַ רײַכן קולטור־װערט און אַ באַרימטע נעץ פֿון קאָמערציעלע צענטערס. זײַן צענטער „סאַמביל פֿון דער קאַנדעלאַריאַ‟ איז קאָנפֿיסקירט געװאָרן לטובֿת דעם כּלל און הײַנט פּוסטעװעט עס.

ייִדן האָבן עמיגרירט קיין מיאַמי, שפּאַניע, פּאַנאַמאַ, פּערו, קאָסטאַ־ריקאַ, טשילע און מעקסיקע. אייניקע האָבן עולה געװען. דעם 27סטן יאַנואַר האָט דער פּאַרלאַמענט באַערט די קרבנות פֿון חורבן און באַלד האָבן די טשאַװעסטישע דעפּוטאַטן אַרויסגעגעבן אַ דערקלערונג קעגן ישׂראל, באַצייכענענדיק עס ווי אַ „מדינה פֿון גענאָצידן װאָס האָט נישט קיין שום שײַכות מיטן ייִדישן פֿאָלק‟. די אַלטע רעדע פֿון מאָדערנעם אַנטיסעמיטיזם װערט באַנײַט אין ווענעזועלע.