אַ קיניגלעכע מנורה אין אַמסטערדאַם

Royal Menorah in Amsterdam

פֿון מנחם וועקער (ייִט״אַ)

Published April 09, 2014, issue of April 25, 2014.

די אַמסטערדאַמער „קיניגלעכע מנורה‟
די אַמסטערדאַמער „קיניגלעכע מנורה‟

נישט לאַנג צוריק האָט דער ייִדישער היסטאָרישער מוזיי אין אַמסטערדאַם באַקומען אַ חנוכּה־לאָמפּ, וואָס האָט אַ גאָר חידושדיקע געשיכטע.

די אַלטע מנורה איז געשאַפֿן געוואָרן דורך אַ קריסטלעכן זילבער־שמיד, האַרמאַנוס ניוּווענהויז, אינעם יאָר 1751. אין יענער תּקופֿה, האָבן די האָלענדישע ייִדן נאָך נישט געהאַט דאָס רעכט אַרײַנצוטרעטן אין די בעל־מלאָכישע צעכן. דער זון פֿונעם דאָזיקן מײַסטער, הענדריק, האָט אויך געשאַפֿט תּשמישי־מיצווה נאָך דער בקשה פֿון דער ייִדישער קהילה.

ס׳זעט אויס, אַז די מנורה האָט מען טאַקע כּסדר גענוצט, אָבער זי איז געבליבן אין אַ גוטן מצבֿ. אינעם יאָר 1907, האָט די האָלענדישע קיניגין, ווילהעמינאַ, געקויפֿט דעם לאָמפּ אויף אַ ליציטאַציע, און געגעבן עס איר מאַמען, ווי אַ פּאַסכע־מתּנה.

אין אָקטאָבער 2012, האָט דער פּרינץ פֿון אָראַנזש, איצט דער נײַער קיניג פֿון האָלאַנד, זיך באַטייליקט אין דער צערעמאָניע לכּבֿוד דעם 80סטן יוביליי פֿונעם ייִדישן מוזיי. נאָך דעם וויזיט, האָבן די קיניגלעכע אינסטאַנצן געלאָזט דעם מוזיי באָרגן דעם חנוכּה־לאָמפּ אויף אַ לאַנגן טערמין. ווידער האָט די מנורה, געשאַפֿן דורך אַ קריסטלעכן קינסטלער, זיך אומגעקערט צו דער ייִדישער קהילה מיט דער הילף פֿון נישט־ייִדן.

פֿון אָקטאָבער 2012 ביז אַפּריל 2013, איז די מנורה געשטאַנען אינעם צענטער פֿון דער שטענדיקער אויסשטעלונג. שפּעטער, האָט מען זי אַראָפּגעבראַכט אויף אַ רעסטאַווראַציע, וואָס מע פּלאַנירט צו פֿאַרענדיקן צום יאָר 2016. דערווײַל שטייט זי אינעם הינטערשטן צימער פֿונעם מוזיי, וווּ דער מחבר פֿון די שורות האָט זי געזען נישט לאַנג צוריק.

די מנורה איז זייער אַן אייגנאַרטיקע. די גרויסע אייל־שיסלעך דערמאָנען און אַ געוויסן סטיל פֿון איסלאַמישע טיר־לאַמטערנס, באַצירט מיט פּרעכטיקע אַסימעטרישע דעקאָראַציעס. די מאָנאָגראַם אויף דער הינטערשטער זײַט פֿון דער מנורה קאָן זײַן די ראָשי־תּיבֿות פֿונעם מענטש, וואָס האָט זי באַשטעלט; דערווײַל בלײַבט אָבער אומקלאָר, וואָס זי מיינט.

אַ צאָל אַנדערע ווערק פֿונעם זעלבן זילבער־שמיד ווערן איצט אויסגעשטעלט אינעם ניו־יאָרקער „מעטראָפּאָליטאַנער מוזיי‟ און אינעם נאַציאָנאַלן האָלענדישן „ריקסמוזעום‟. זינט 2007, האָבן עטלעכע ניוּווענהויזס שאַפֿונגען זיך באַוויזן אויף דער „קריסטיס‟־ליציטאַציע. מיט אַ יאָר פֿריִער, זענען צוויי לײַכטערס מיט ניוּווענהויזס צייכן פֿאַרקויפֿט געוואָרן אויף דער דאָזיקער ליציטאַציע פֿאַר 20,893 דאָלאַר — צוויי מאָל טײַערער, ווי די אָפֿיציעלע אָפּשאַצונג.