פּענסיעס פֿאַר ייִדישע געטאָ־אַרבעטער

Pensions for Jewish Ghetto Workers

ייִדן אַרבעטן אינעם וואַרשעווער געטאָ
Wikimedia Commons
ייִדן אַרבעטן אינעם וואַרשעווער געטאָ

פֿון ייִט״אַ

Published April 10, 2014, issue of April 25, 2014.

די דײַטשישע רעגירונג האָט גוטגעהייסן דעם פּלאַן אויסצוצאָלן רעטראָאַקטיווע פּענסיעס פֿאַר אַלע ניצול־געוואָרענע פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס האָבן געאַרבעט אין די נאַצי־געטאָס.

לויט דער נײַער פּראָגראַם, וועלן זיי קאָנען איצט באַקומען קאָמפּענסאַציעס פֿאַר די פֿריִערדיקע יאָרן, אָנהייבנדיק פֿון 1997.

מאָנטיק, דעם 7טן אַפּריל, האָט דער פֿעדעראַלער מיניסטאָרן־קאַבינעט אין דײַטשלאַנד אָנגענומען דעם פּלאַן, וועלכער וועט אײַנגעפֿירט ווערן דעם קומענדיקן זומער און וועט אַרומנעמען בערך 40,000 מענטשן; 13,000 פֿון זיי וווינען אין ישׂראל.

אַנדרעאַ נאַלעס, די דײַטשישע פֿעדעראַלע מיניסטאָרין פֿון געזעלשאַפֿטלעכע ענינים, האָט באַמערקט, אַז די אַסירים פֿון די געטאָס האָבן געמוזט אַרבעטן אין אוממענטשעלעכע באַדינגונגען. „קיינער קאָן זיך הײַנט אַפֿילו נישט פֿאָרשטעלן‟. ערשט אינעם יאָר 2002, האָבן די געוועזענע ייִדישע געטאָ־אַרבעטער אָנגעהויבן באַקומען אַ געוויסע פּענסיע.

מע האָט אויך געמאַכט גרינגער די כּללים פֿאַר די, וואָס האָבן געבעטן צו באַקומען אַ פּענסיע פֿאַר האָבן געאַרבעט אינעם געטאָ. פֿריִער, האָבן זיי געקאָנט באַקומען אַ קאָמפּענסאַציע בלויז פֿאַר פֿיר יאָר, נאָך אַ קאָמפּליצירטן ביוראָקראַטישן פּראָצעס, בעת וועלכן אַ טייל פֿון זיי האָט מען אָפּגעזאָגט. לויט דער נײַער סיסטעם, וועלן די געוועזענע געטאָ־אַרבעטער קאָנען באַקומען די פּענסיעס פֿאַר אַלע יאָרן פֿון 1997 ביז הײַנט.

דער נײַער פּלאַן איז אַ רעזולטאַט פֿון לאַנג־יאָריקע דעבאַטן, וועלכע האָבן זיך אָנגעהויבן אינעם יאָר 2008. די פּענסיאָנערן וועלן קאָנען אויסקלײַבן איינע פֿון צוויי ברירות: אָדער באַקומען אַ ביסל העכערע פּענסיעס, כּדי צו דעקן, צו ביסלעך, די קאָמפּענסאַציע פֿאַר די פֿריִערדיקע יאָרן, אָדער באַצאָלט צו ווערן מיט איין מאָל די גאַנצע קאָמפּענסאַציע־סומע מיטן אַראָפּגענידערטן דירה־געלט.

פֿריִער, האָט דער זשורנאַל „דער שפּיגעל‟ איבערגעגעבן, אַז די דורכשניטלעכע פּענסיע וועט זײַן, לויט דעם נײַעם פּלאַן, בערך 20,500 דאָלאַר אַ יאָר.