כינע רופֿט ישׂראל צו „בראַווע באַשלוסן‟

China Urges Israel on Peace Talks

דער כינעזישער פּרעזידענט (לינקס), כי דזשיפּינג, באַגריסט דעם ישׂראלדיקן פּרעזידענט, שמעון פּערעס, דעם 8טן אַפּריל אין ביידזשין
Getty Images
דער כינעזישער פּרעזידענט (לינקס), כי דזשיפּינג, באַגריסט דעם ישׂראלדיקן פּרעזידענט, שמעון פּערעס, דעם 8טן אַפּריל אין ביידזשין

פֿון רויטערס

Published April 10, 2014, issue of April 25, 2014.

דינסטיק, דעם 8טן אַפּריל, האָט דער כינעזישער פּרעזידענט, כי דזשיפּינג, גערופֿן די ישׂראלדיקע רעגירונג „אָנצונעמען בראַווע באַשלוסן‟, כּדי צו לייזן וואָס גיכער די קאָנפֿליקטן בעת די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער. כיס ווערטער זענען געווען פֿאַרבונדן מיטן וויזיט פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעזידענט, שמעון פּערעס, קיין כינע.

כי האָט באַמערקט, אַז די ישׂראל־פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלונגען האָבן איצט דערגרייכט אַ קריטישן מאָמענט. „עס זענען הײַנט פֿאַראַן אַ סך געלעגנהייטן, ווי אויך אַ סך שוועריקייטן‟. דער פּרעזידענט האָט אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג וועט „אַרויסווײַזן אַ סטראַטעגישע חכמה‟ אין אירע באַשלוסן.

אין יולי, האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג געדינט ווי אַ פֿאַרמיטלער אין דער נײַער רונדע פֿון די ישׂראל־פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלונגען. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט זיך אָבער אָנגעהויבן אַ נײַער קריזיס, ווײַל דער ישׂראלדיקער צד האָט באַשלאָסן נישט צו באַפֿרײַען בערך אַ פּאָר טוץ פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן, נישט געקוקט אויף פֿריִערדיקן צוזאָג דאָס צו טאָן.

כינע נייטיקט זיך אינעם נאַפֿט־אימפּאָרט פֿונעם מיטל־מיזרח, אָבער מישט זיך זעלטן אַרײַן אין די דיפּלאָמאַטישע סיכסוכים אינעם דאָזיקן ראַיאָן. דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, האָט כי זיך געטראָפֿן מיטן ישׂראלדיקן פּרעמיער, בנימין נתניהו און מיטן פּאַלעסטינער פֿירער מאַכמוד אַבאַס, און געבעטן זיי ביידע צו באַנײַען די פֿאַרהאַנדלונגען.

בעת זײַן איצטיקער רעדע, האָט דער כינעזישער פּרעזידענט באַמערקט, אַז די ייִדן און כינעזער זענען תּמיד געווען גוטע פֿרײַנד, און אַז בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט כינע „געקעמפֿט קעגן פֿאַשיזם און מיליטאַריזם‟. אין דער זעלבער צײַט, געפֿינט זיך די כינעזישע רעגירונג אין גוטע באַציִונגען מיט די פּאַלעסטינער. ישׂראל איז פֿאַרזאָרגט וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן כינע און איראַן, אָבער האַלט ווײַטער אונטער גוטע באַציִונגען מיט ביידזשין.