מלאָכים טרינקען קאָניאַק

Angels Drink Cognac


פֿון משה לעמסטער

Published April 11, 2014, issue of May 09, 2014.

כּדי צו וויסן וואָס די מלאָכים עסן, מוז מען ניט בלעטערן די פֿאַרשיידענע „מלאָכימאָלאָגיעס‟; מע קאָן דאָס געפֿינען, למשל, אין אַ קאַפּיטל בראשית. ווען צו אַבֿרהמען זענען געקומען די הימל־געסט, האָט ער זיי מקבל־פּנים געווען מיט קוכנס פֿון זעמלמעל און פֿלייש פֿון אַ יונג רינד, ווייך און פֿעט. און זיי, די מלאָכים, האָבן געגעסן. אויך לוט, ווען צוויי מלאָכים זענען געקומען צו אים, האָט ער געבאַקן אומגעזײַערטע קוכנס, און זיי האָבן געגעסן. מיר קאָנען געפֿינען, אין די הייליקע ספֿרים, אַז מלאָכים פֿלעגן זיך פֿאַרליבן אין אונדזערע ערדישע מיידלעך… נאָר וועגן מלאָכים־סעקס וועלן מיר רעדן בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט. וואָס זשע טרינקען די שליחים פֿון גאָט? וואָס האָבן זיי ליב: ווײַן, בראָנפֿן, קאָניאַק?…

מיט אַ צײַט צוריק בין איך געווען אין קעשענעוו; קיין תּל־אָבֿיבֿ, האָב איך זיך געדאַרפֿט אומקערן דעם 1טן אַפּריל. דעם טאָג פֿאַרן אָפּפֿלי האָב איך באַשטימט צו פֿאַרברענגען בײַ מײַנעם אַ פֿרײַנד פֿון די סטודענטישע יאָרן, אַ מאָלדאָוואַנער, וואָס וווינט ניט ווײַט פֿון קעשענעוו אין אַ שיינעם מאָלדאַווישן דאָרף — קאָלאַניצע. ווען איך בין צו אים געקומען, האָט ער מיר באַפֿוילן, אַז צוערשט, וועלן מיר צופֿאָרן אויף אַ קאָניאַק־זאַוואָד, וווּ זײַן ברודער איז אַ נאַטשאַלניק, און יענער וועט מאַכן מיט אונדז אַן עקסקורסיע.

און אָט זענען מיר געקומען אויפֿן זאַוואָד און געפֿינען זיך אין אַ גרויסן קעלער. אַרום אונדז — אָן אַ צאָל דעמבענע פֿעסער, אין וועלכע עס צײַטיקט זיך קאָניאַק, צי ריכטיקער געזאָגט — קאָניאַק־ספּירט. דער נאַטשאַלניק דערציילט אונדז: „מאָרגן, דעם 1טן אַפּריל, איז דער געבורטסטאָג פֿון קאָניאַק.‟ וויסנדיק, אַז איך בין פֿון ישׂראל, האָט ער פֿאַר מיר צוגעגעבן אויף פֿראַנצייזיש — Cognac. ער זעצט פֿאָר: „דאָס איז אײַנגעפֿירט אין פֿראַנקרײַך נאָך אין 1909טן יאָר. דער אָפּצייל פֿון דער עלטער פֿון דער איידעלער משקה הייבט זיך אָן פֿון 1 אַזייגער בײַ נאַכט דעם 1טן אַפּריל, ווען דער דיסטילירטער ווײַן, וואָס מע גיסט אים אַרײַן סוף מערץ אין דעמבענע פֿעסער, הייבט זיך אָן צו פֿאַרוואַנדלען אין קאָניאַק־ספּירט‟. דערנאָך, ווײַזנדיק אויף די פֿעסער זאָגט ער: „אַפֿילו דורך די דעמבענע ברעטער, ווערט דער ספּירט אויסגעדאַמפֿט. און מע זאָגט, אַז די דאָזיקע אויסדאַמפֿונגען זײַנען אַ חילוק פֿאַר די מלאָכים, part des anges.‟ הייסט עס, מלאָכים האָבן ליב קאָניאַק, האָב איך אַ טראַכט געטאָן. נאָך דעם זענען מיר געגאַנגען צום סאַמע ווײַטן ווינקל פֿונעם קעלער. דאָ זײַנען געשטאַנען גרויסע גלעזערנע בוטלען מיט קאָניאַק־ספּירט. מײַן פֿרײַנדס ברודער זעצט פֿאָר: „דאָ אויף דעם פּלאַץ שטייט שוין די פֿאַרטיקע פּראָדוקציע, וועלכע מע צעגיסט שפּעטער אין פֿלעשער. און דאָס אָרט רופֿט מען: ׳גן־עדן־פּלאַץ׳, paradis!‟

מיר האָבן אָנגעהויבן צו פֿאַרזוכן דעם קאָניאַק פֿון פֿאַרשיידענע בוטלען: 10־יאָריקער קאָניאַק, 8־יאָריקער, 5־יאָריקער… נאָך עטלעכע גלעזלעך געשמאַקן קאָניאַק האָב איך באַמערקט, אַז דער קעלער באַקומט טאַקע אין מײַנע אויגן „גן־עדן־פֿאַרבן‟… מײַן פֿרײַנד זאָגט: „גענוג, איצט וועלן מיר שוין פֿאָרן צו מיר אָפּעסן און ערנסט אָפּמערקן דעם געבורטסטאָג פֿון קאָניאַק, בײַ מיר אין קעלער איז אויך פֿאַראַן אַ ׳גן־עדן־פּלאַץ׳‟!

מיר האָבן געגעסן, געטרונקען קאָניאַק ביז אַרום דרײַ אַזייגער בײַ נאַכט. אויך, פֿאַרשטייט זיך, געזונגען רומענישע פֿאָלקסלידער און אַוודאי דאָס ליד: „אוּיטיע אַ שאַ אַש ווריאַ סע מאָר‟ — זע, אַזוי וואָלט איך געוואָלט שטאַרבן:

זע, אַזוי וואָלט איך געוואָלט שטאַרבן,
מיט אַ גלעזל לעבן מיר,
מיט אַ קלעזמער לעבן מיר —
זע, אַזוי וואָלט איך געוואָלט שטאַרבן…

די עטלעכע שעה, וואָס איך בין געשלאָפֿן, פֿאַרן פֿאָרן אין אַעראָפּאָרט, האָבן זיך מיר געחלומט מלאָכים. זיי זענען געזעסן אַרום אונדזער טיש, געזיפּט קאָניאַק און, לאַכנדיק, געזונגען:

זע, אַזוי וואָלט איך געוואָלט שטאַרבן,
ווען שטאַרבן וואָלט איך געקענט…

געפֿירט האָט אונדז אין אַעראָפּאָרט מײַן פֿרײַנדס זון. ער איז געווען עפּעס אַ געשעפֿטסמאַן, האָט ער מיט עמעצן אָפּגעשמועסט און צוגעפֿירט מיך און זײַן טאַטן גלײַך אויפֿן פֿליפֿעלד צום אַעראָפּלאַן. לעבן טראַפּ זאָגט מײַן פֿרײַנד: „משה, דו ווייסט דאָך אונדזער מינהג — אויסצוטרינקען בײַם געזעגענען זיך „לאַ באָטול קאַלולוּי‟ (בײַ דעם פֿערדס מאָרדע), צי גלײַכער געזאָגט: „בײַ דעם אַעראָפּלאַנס מאָרדע‟. מיר האָבן אויסגעטרונקען נאָך עטלעכע גלעזלעך קאָניאַק…

איך בין אַרײַן אין סאַלאָן פֿון אַעראָפּלאַן, טראַכטנדיק נאָר איינס: „ווי גיכער צום פֿאָטעל און שלאָפֿן ביז תּל־אָבֿיבֿ‟. נאָר…

כ’בין שוין גרייט געווען צו שלאָפֿן. דאָ הער איך, אַז עמעצער טוט מיך אַ טאָרע. כ’מאַך אויף די אויגן און זע עפּעס אַ פּאַרשוין, וועלכער מיט אַ חנעוודיק שמייכל זאָגט מיר: „אַנטשולדיק מיך, נאָר איך האָב זייער מורא צו פֿליִען מיט אַן אַעראָפּלאַן, מוז איך עפּעס אויסטרינקען, נאָר איך בין דאָך ניט קיין שיכּור, אַז כ’זאָל טרינקען אַליין! העלפֿט מיר, און נעמט אַרויס פֿון זײַן טאַש אַ פֿלעשל… קאָניאַק. ער גיט צו: „קיין גלעזלעך און קיין עסן האָב איך ניט, וועלן מיר טרינקען גלײַך פֿונעם פֿלעשל… בעת אונדזער פֿלוג האָט ער זיך געהאַלטן מיט איין האַנט פֿאַר דער אייבערשטער פּאָליצע, ווי מע האַלט זיך, פֿאָרנדיק אין אַן אויטאָבוס צי אין אַ טראַמווײַ…

ווען מיר האָבן אויסגעליידיקט דאָס פֿלעשל, איז שוין צוגעקומען די סטואַרדקע מיט איר וועגעלע. מײַן שכן זאָגט איר מיט זײַן חנעוודיקן שמייכל: „אַ פּאָר גלעזלעך קאָניאַק, ביטע‟. מיר האָבן שוין געהאַט וואָס צו עסן איז געוואָרן אַ ביסל גרינגער. ווען די סטואַרדקע האָט זיך צוריקגעקערט, נאָך דעם ליידיקן געפֿעס, ווענדט זיך צו איר מײַן שכן: „כ’בעט אײַך נאָך אַ פּאָר גלעזלעך קאָניאַק‟… דערנאָך דערציילט ער מיר, אַז זײַן שוועסטער האָט חתונה געהאַט פֿאַר אַ ייִדן און וווינט אין חיפֿה… בײַם רעדן האָב איך עפּעס אַ קלאַפּ געטאָן מיט אַ פֿוס אינעם דיל פֿונעם אַעראָפּלאַן, האָט ער זיך דערשראָקן אָנגעכאַפּט זיך מיט ביידע הענט פֿאַר דער פּאָליצע און אויפֿגערופֿן: „קלאַפּ ניט מיט די פֿיס, עס קאָן זיך צעפֿאַלט דער אַעראָפּלאַן!‟…

אַ ביסל שפּעטער זאָגט ער מיר: „וואַרט אויס‟, און מיט זײַן חנעוודיק שמייכעלע אויפֿן פּנים גייט ער אַהין, וווּ ס‘איז פֿריִער פֿאַרשוווּנדן געוואָרן די סטואַרדקע. אין דעם עק פֿון סאַלאָן. ער קערט זיך אום מיט נײַע צוויי גלעזלעך קאָניאַק… ס’האָט זיך מיר געדאַכט, אַז ווײַסע מלאָכים קוקן אַרײַן מיט קינאה אין די פֿענצטערלעך פֿונעם אַעראָפּלאַן… דערנאָך האָבן מיר נאָך אויסגעטרונקען צו אַ גלעזל קאָניאַק, בײַם געזעגענען, „בײַ דער מאָרדע‟ פֿון אַ טאַקסי…

קומענדיק אַהיים האָב איך אַרויסגענומען פֿונעם טשעמאָדאַן מתּנות פֿאַר מײַן פֿרוי. זי האָט מיט דאַנקבאַרקייט געזאָגט צו מיר: „מלאך מײַנער, איך האָב פֿאַר דיר אויך אַ סורפּריז,‟ און נעמט אַרויס פֿון אַ שאַפֿקעלע אַ פֿלעשל… קאָניאַק… איך בין געפֿאַלן אויפֿן דיוואַן….

ווער עס טרינקט אַ סך בראָנפֿן, זעט אין זײַנע חלומות — גרינע רוחות, ווער עס טרינקט קאָניאַק — זעט ווײַסע מלאָכים. איר מעגט מיר גלייבן…