אַבו־מאַזענס צויבערבאַרג

Abu Mazen’s Magic Mountain

דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס (רעכטס) מיטן כּנסת־דעפּוטאַט, חיליק בר, דעם 16טן אַפּריל, אין ראַמאַלאַ
Getty Images
דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס (רעכטס) מיטן כּנסת־דעפּוטאַט, חיליק בר, דעם 16טן אַפּריל, אין ראַמאַלאַ

פֿון עמיל קאַלין

Published April 18, 2014, issue of May 09, 2014.

די טעג בשעת איך האָב איבערגעלייענט די אָנצאָליקע אַרטיקלען וועגן דעם אויסגייענדיקן שלום־פּראָצעס, איז מיר אויפֿגעקומען אויפֿן געדאַנק דער סיפּור־המעשׂה פֿון טאָמאַס מאַנס ראָמאַן „דער צויבערבאַרג‟, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן אַ יונגערמאַן, וואָס פֿאָרט אין דער שווייץ אויף אַ קוראָרט, דער צויבערבאַרג, צו באַזוכן זײַן קראַנקן שוועסטערקינד, וואָס לײַדט פֿון טובערקולאָז. לסוף, פֿאַרבלײַבט דער יונגערמאַן אין דעם אָרט, און לעבט דאָרטן אָפּ זיבן יאָר, נישט דרײַ וואָכן, ווי ער האָט לכתּחילה געמיינט.

ביז אַהער איז געווען דער משל, און וווּ איז דער נימשל? דער נימשל איז — מאַכמוד אַבאַס. דער אַמאָליקער יונגערמאַן איז הײַנט שוין גאָר נישט יונג, אַ בן־שמונים, אַ מענטש מיט אַלטע השׂגות, אַן אונטערגייענדיקער מנהיג, אַ פּרעדיקער פֿון אַן אונטערגייענדיקער שיטה — פּאַן אַראַביזם.

עס איז געווען אַ רחמנות צו הערן אַבאַסעס רעדע, וווּ ער האָט דערקלערט זײַן כּוונה זיך ווענדן צום דער „יו־ען‟; ווי אויך אונטערגעשריבן אַ פּאָר בקשות אָנגענומען צו ווערן אין פֿאַרשיידענע אינטערנאַציאָנאַלע אַנשטאַלטן. ער האָט גערעדט דרייסט, מיט תּקיפֿות, געשאָטן אויף ישׂראל פּעך און שוועבל, באַשולדיקט זי אין דעם דורכפֿאַל פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען (ווי ס‘וואָלט געקענט זײַן אַנדערש?!), אָבער אָט די דרייסטקייט זײַנע האָט אַנטדעקט מער ווי אַלץ זײַן שוואַכקייט.

עס איז גענוג געווען אַ קוק צו טאָן אויף דער דעקאָראַציע: די הויפּט־פֿירערשאַפֿט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ — די קראַנקע פּאַציענטן אין דעם היילונג־אַנשטאַלט פֿון טאָמאַס מאַנס ראָמאַן. אַ פֿאַרוועלקטע כאָפּטע זקנים, אַן איבערבלײַבעכץ פֿון אַ פֿריִערדיקער תּקופֿה. אַראַפֿאַט האָט זיי אָראָפּגעבראַכט אויף די שטחים פֿון טוניס און אַנדערע הויפּטשטעט אין דער אַראַבישער וועלט מיט צוואַנציק יאָר צוריק, און זיי האָבן נאָך נישט באַוויזן אויפֿצובויען ערנסטע רעגירונגס־אַנשטאַלטן, אַ לעבעדיקן, דעמאָקראַטישן פּאַרלאַמענט און אַ מער־ווייניקע סטאַבילע עקאָנאָמיע.

זייער „אינסטאַנץ‟ איז נאָך אַלץ אַן אייביקער ניצרך, וואָס קראַכט שיִער נישט אונטער דעם יאָך פֿון דער קאָרופּציע. די איינציקע עקאָנאָמיע באַשטייט פֿון די געלטער, וואָס שטראָמען אַרײַן, אַ דאַנק דער אייראָפּעיִשער נאַיִווער גוטהאַרציקייט. לעבעדיקע דעמאָקראַטיע? אַ נעכטיקער טאָג! אָט דער נעבעכדיקער באַשלוס זיך צו ווענדן צו דער „יו־ען‟, איז פֿאָרט אָנגענומען געוואָרן איינשטימיק. אַבאַס רעגירט אָן וואַלן שוין נישט איין יאָר. קיינער אין דער מערבֿ־וועלט דערוועגט זיך נישט אויסצוזאָגן דאָס וואָרט „וואַלן‟. פּלוצעם נעמט אָן אַמעריקע אַ פֿולן מויל וואַסער, פֿאַרגעסט אין אירע „דעמאָקראַטישע ווערטן‟ — זאָל בעסער זײַן אַ קליינער, צעדרייטער טיראַן, איידער די איסלאַמיסטן.

די מערבֿ־וועלט, אפֿשר דער גרעסטער שטיצער פֿון אַבאַסן, פֿאַרשטייט נישט, אַז עס וועט זיי גאָרנישט העלפֿן? עס איז שוין אַ פּנים, באַשערט, אַז די אויסגעוועפּטע פּאַרטיי מיט אַן אויסגעוועפּטער אידעאָלאָגיע, זאָל ווערן אַ לײַכטער קרבן פֿאַר די סאַלאַפֿיסטן — דער נײַער צעשטערערישער שטורעם, די מאָדערנע באַרבאַרן.

עס זעט אויס, אַז אַבאַס האָט זיך נאָך נישט געכאַפּט, אַז ער האָט אָנגעוווירן דעם האַפֿט מיט דער ווירקלעכקייט, און אַז ער לעבט אויף אַ צויבערבאַרג. דער בעסטער עדות דערפֿון איז די רשימה פֿאָדערונגען צו ישׂראל, כּדי צו פֿאַרלענגערן די „שלום‟־געשפּרעכן. צווישן זיי:

  1. נתניהו זאָל פּראָקלאַמירן שריפֿטלעך, אַז די גרענעץ וועט זײַן די „גרינע ליניע‟ און מיזרח-ירושלים וועט ווערן די הויפּטשטאָט.

  2. ישׂראל וועט באַפֿרײַען נאָך 1,200 אַרעסטאַנטן; דאָס הייסט, 1,200 חיות־רעות, באַרבאַרישע, מוסולמענישע טעראָריסטן, אַרײַנגערעכנט די קאַרפּן־קעפּ: אַכמאַד סאַאַדאַט און מאַרואַן באַרגוטי.

אַבאַס סטראַשעט אויכעט, אַז די פּאַלעסטינער וועלן זיך ווענדן אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן געריכט אין האַג, באַשולדיקנדיק די ישׂראלדיקע פּאָליטיקער און מיליטער־לײַט אין מחלמה־פֿאַרברעכנס און פֿאַרברעכנס קעגן דער מענטשהייט. זיך צוהערן צו אים, קען זיך שאַפֿן דער פֿאַלשער אײַנדרוק, אַז די אורטיילן זענען שוין גרייט, און דאָס איינציקע וואָס עס בלײַבט, אַז די ריכטער זאָלן שטעלן זייער שטעמפּל: „שולדיק‟. דערויף זאָגט מען, אַז ווער עס טראָגט פּוטער אויפֿן קאָפּ, זאָל נישט גיין אונטער דער זון; אויך ישׂראל קען אַרויסווײַזן די זעלבע קונץ און אָנקלאָגן אין געריכט נישט ווייניק פּאַלעסטינער.

אָט דאָס איז דער סוף פֿון דעם נײַן-חדשימדיקן פֿאַרס: די „שלום‟־פֿאַרהאַנדלונגען, וואָס די אַמעריקאַנער האָבן אָנגעבונדן ישׂראל און די פּאַלעסטינער; אַבאַס איז אַנטלאָפֿן פֿון דעם ברענענדיקן מיטל־מיזרח און קעריס דאָקומענט אין די קאַנטן פֿון חלום און פֿאַנטאַזיע וועגן גרויסקייט און פּאַלעסטינער „רעכט‟.

אָט די אויפֿפֿירונג איז אַ המשך פֿון דעם פּאַלעסטינער צוגאַנג צום סיכסוך, וואָס גייט אָן שוין הונדערט יאָר: אַנשטאָט צו בויען, פֿאַרווירקלעכן, שאַפֿן — אַנטלויפֿט מען אין זינלאָזע פֿאַנטאַזיעס. ווי ס‘איז געשען בעת די אומרוען פֿון יאָר 1936, וואָס האָבן זיך געענדיקט מיט אַ קראַך פֿון דער געזעלשאַפֿט; און אין יאָר 1948, ווען מען האָט זיך אַרײַנגעלאָזט אין אַ האָפֿענונגסלאָזער מלחמה, און בעת די ביידע אינטיפֿאַדעס אין יאָר 1987 און 2000, וואָס זייער רעזולטאַט איז ווידער געווען אַ מפּלה. צי וועט אַבאַס מסוגל זײַן צוצוגרייטן אַ נײַע מפּלה?