רומעניע: אומגעבראַכטע ייִדן אין 1941

Romanian Troops Behind 1941 Massacre of Jews

רומענישע ייִדן לייגן אַ קראַנץ בײַם חורבן־מעמאָריאַל
Getty Images
רומענישע ייִדן לייגן אַ קראַנץ בײַם חורבן־מעמאָריאַל

פֿון ייִט״אַ

Published April 18, 2014, issue of May 09, 2014.

אַ גרופּע וויסנשאַפֿטלעכע אויספֿאָרשער פֿון בוקאַרעשט האָט באַשטעטיקט, אַז די 36 טויט קערפּערס, געפֿונען באַגראָבן אין אַ מאַסן־קבֿר לעבן יאַס, זענען געווען ייִדן, אומגעבראַכט דורך די רומענישע זעלנער.

די אויספֿאָרשונג פֿונעם מאַסן־קבֿר אינעם וווּלטורי־וואַלד האָט זיך פֿאַרענדיקט אין מאַרץ. מע האָט באַשטעטיקט, אַז דאָס אַחריות פֿאַרן פֿאַרניכטן די ייִדן האָבן געטראָגן די סאָלדאַטן פֿונעם זעקסטן פּאָלק בײַ דער רומענישער אַרמיי. דער מאַסן־מאָרד איז געשען אין יוני 1941.

די וואָך, דעם 16טן אַפּריל, האָט דער „נאַציאָנאַלער אינסטיטוט פֿאַר חורבן־שטודיעס אין רומעניע אויפֿן נאָמען פֿון עלי וויזעל‟ אַנאָנסירט די רעזולטאַטן פֿון דער אויספֿאָרשונג. דער דיקערטאָר פֿונעם אינסטיטוט, אַלעקסאַנדרו פֿלאָריאַן, האָט דערקלערט, אַז די דורכגעפֿירטע עקספּערטיז קאָן דינען ווי אַן אָפֿיציעלער דערווײַז, אַז רומעניע איז געווען פֿאַרמישט אינעם גענאָציד פֿון ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

דעם מאַסן־קבֿר אינעם וווּלטורי־וואַלד האָט מען אַנטדעקט אינעם יאָר 2010. מיטוואָך, בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין בוקאַרעשט, האָט אַ פֿאָרשער פֿונעם „אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון עלי וויזעל‟ איבערגעגעבן, אַז 12 פֿון די באַערדיקטע זענען געווען קינדער, אַרײַנגערעכנט אַ קליין עופֿעלע ייִנגער פֿון 2 יאָר; נאָך 9 — דערוואַקסענע פֿרויען, און 15 — מענער. די אויספֿאָרשונג האָט דורכגעפֿירט די רומענישע מיליטערישע פּראָקוראַטור.

וווּלטורי איז דאָס צווייטע אָרט אין רומעניע, וווּ מע האָט אַנטדעקט אַ מאַסן־קבֿר נאָך דער מלחמה. אינעם יאָר 1945, האָט מען אויסגעגראָבן 311 טויטע פֿון דרײַ ערטער אין סטאַנצאַ ראָזנאָוואַנו, אַ ראַיאָן פֿון דער שטאָט יאַס. דער גענעראַל געאָרגע סטאַוורעסקו, וועלכער האָט קאָמאַנדעוועט מיטן זעקסטן פּאָלק, איז געשטאָרבן פֿון טובערקולאָז אינעם יאָר 1951, זיצנדיק אין תּפֿיסה. לויט די אַרכיוון פֿונעם רומענישן שוץ־מיניסטעריום, האָט די קאָמוניסטישע רעגירונג אים פֿאַרמישפּט פֿאַר מלחמה־פֿאַרברעכנס. צוויי אָפֿיצירן פֿון אַ מער נידעריקן ראַנג, וועלכע האָבן אָנגעפֿירט מיטן זעלבן פּאָלק, זענען דערהרגעט געוואָרן אויפֿן פֿראָנט.

לויט דעם ירושלימער חורבן־מוזיי „יד־ושם‟, זענען בערך 380,000 ייִדן אומגעבראַכט געוואָרן אויף די רומענישע טעריטאָריעס. אין 2003, האָט רומעניע אָפֿיציעל אָנערקענט, אַז איר פּראָ־נאַציסטישע רעגירונג איז געווען פֿאַרמישט אינעם ייִדישן חורבן. מיט אַ יאָר פֿריִער, האָט די רומענישע רעגירונג געגרינדעט דעם נאַציאָנאַלן אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון עלי וויזעל, און אָרגאַניזירט לימודים וועגן דעם חורבן אין איבער 100 שולן. אַחוץ דעם, האָט מען אָפֿיציעל אויפֿגעשטעלט עטלעכע מאָנומענט אין אָנדענק פֿון די אומגעקומענע און דערקלערט אַ נאַציאָנאַלן טאָג פֿון חורבן־הזכּרה.