ידיעות פֿון פּאַריז

News from Paris

פֿון שרון בר-כּוכבֿא

Published April 18, 2014, issue of May 09, 2014.

יאַנקל פּערלמאַנס בוך אויף פֿראַנצייזיש

די AACCE, די געזעלשאַפֿט פֿון פֿרײַנד פֿון דער צענטראַלער קינדער־קאָמיסיע האָט אַרויסגעגעבן אַן איבערזעצונג פֿונעם ערשטן טייל פֿון יאַנקל פּערלמאַנס בוך „דאָס ייִנגל פֿון קראָכמאַלנע: אַ כראָניק פֿון אַ לעבן‟. דאָס בוך איז אַרויס אויף ייִדיש אין פּאַריז אין 1968 בײַם פֿאַרלאַג „אויפֿסנײַ‟.

פּערלמאַן איז געווען אַ בעקער, ערשט אין וואַרשע און דערנאָך אין פּאַריז; און אין דעם באַנד זכרונות דערציילט ער וועגן זײַנע גאָר אָרעמע קינדער־יאָרן אין וואַרשע, פֿאַר ביידע וועלט־מלחמות ביז דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. שוין צו אַכט חדשים איז דער קליינער יאַנקל געוואָרן אַ קײַלעכדיקער יתום. דערנאָך איז ער דערצויגן געוואָרן דורך פֿאַרשיידענע פֿעטערס, נאָר קיין מאָל נישט געפֿונען קיין אמתע היים.

צו אַכט יאָר איז ער געוואָרן אַ לערן-ייִנגל אין אַ בעקערײַ, וווּ קיינער האָט זיך נישט געזאָרגט פֿאַר אים. ער האָט געמוזט שלאָפֿן הינטערן אויוון, צווישן שטשורעס און ווערעם. נישט נאָר, אַז מע האָט אים נישט געהאָלפֿן, די אַנדערע אַרבעטער פֿלעגן אים שלאָגן און באַגנבֿענען. הײַנט צו טאָג וואָלט מען געזאָגט, אַז ער איז אַן עקספּלואַטירט געוואָרן קינד. דעמאָלט האָט אַזוי אויסגעזען דאָס לעבן פֿון נישט ווינציק אָרעמע קינדער. דורך די דערפֿאַרונגען האָט ער געלערנט די וויכטיקייט פֿון קאַמף פֿאַר אַרבעטער־רעכט און פֿון סאָלידאַריטעט צווישן אַרבעטער. ער איז געוואָרן אַ טוער אין די אַרבעט־אָרגאַניזאַציעס און אין פּאָליטיק.

מיט די דראַמאַטישע און אַ מאָל טשיקאַווע געשעענישן צייכנט יאַנקל פּערלמאַן אַ רעאַליסטיש בילד פֿונעם ייִדישן לעבן אין וואַרשע אין יענע יאָרן.

דעם אַרײַנפֿיר צו דער פֿראַנצייזישער אויסגאַבע האָט אָנגעשריבן דער שרײַבער זשאַן־קלאָד גראַמבערג. ער פֿאַרגלײַכט פּערלמאַנען מיט אַזעלכע שרײַבער, ווי דיקענס און גאָרקי, וואָס האָבן געשילדערט די שווערע באַדינגונגען, אין וועלכע קינדער זענען אַ מאָל געוואַקסן; און צוגלײַך די שטעט און די געזעלשאַפֿטן, וווּ זיי האָבן געלעבט. ער זאָגט, אַז „פּערלמאַנס פּאָרטרעטן פֿון די ייִדן פֿון דער קראָכמאַלנע־גאַס זענען רירנדיקע באַשרײַבונגען פֿון די אָרעמע לײַט, וואָס זענען נישט געווען קיין גוטע אָדער שלעכטע, נאָר פּשוט מענטשן, וועלכע האָבן געקעמפֿט, כּדי צו בלײַבן לעבן.‟

דאָס בוך איז אַדאַפּטירט געוואָרן אויף פֿראַנצייזיש דורך פּערלמאַנס זין, גי און לולו. זיי פּלאַנירן אַרויסצוגעבן אויף פֿראַנצייזיש אויך דעם צווייטן טייל פֿון זייער טאַטנס זכרונות, וואָס עס איז דערשינען אויף ייִדיש אונטערן זעלבן טיטל אין 1971, אין ישׂראל בײַם פֿאַרלאַג „המנורה‟, און דערציילט וועגן דעם אויטאָרס אימיגראַציע קיין פֿראַנקרײַך און זײַנע איבערלעבונגען בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

נײַע פּראָגראַמען פֿון דער מוזיק־גרופּע „סירבאַ־אָקטעט‟

דער מוזיק־גרופּע „סירבאַ־אָקטעט‟
דער מוזיק־גרופּע „סירבאַ־אָקטעט‟

די מוזיק־גרופּע „סירבאַ־אָקטעט‟ טרעט אויף נאָך אַ מאָל מיט זייער דריטער פּראָגראַם „ייִדיש־ראַפֿסאָדי‟, צוזאַמען מיט דער זינגערין איזאַבעל דזשאָרזש און אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער.

„סירבאַ־אָקטעט‟ איז זייער אַן אינטערעסאַנטע גרופּע. זי איז געגרינט געוואָרן מיט אַן ערך 10 יאָר צוריק דורכן קלאַסישן פֿידלער רישאַר שמוגלער. ער האָט פֿאַרבעטן 7 חבֿרים, וואָס שפּילן אַלע קלאַסישע מוזיק, און צוזאַמען האָבן זיי אָנגעהויבן צו שפּילן ייִדישע לידער און קלעזמער־מוזיק, קלאַסיש באַאַרבעט, אין דער פּראָגראַם „אַ ייִדישע מאַמע‟. די צווייטן פּראָגראַם „פֿונעם שטעטל ביז ניו־יאָרק‟, האָבן זיי שוין געשאַפֿן מיט איזאַבעל דזשאָרזש, וואָס זינגט, געוויינטלעך, מיוזיקעלס, און צו דער פּראָגראַם „ייִדיש־ראַפֿסאָדי‟, וואָס זיי האָבן צום ערשטן מאָל געשפּילט אין 2009, איז צוגעקומען אַ גאַנצער סימפֿאָנישער אָרקעסטער.

אַלע דרײַ פּראָגראַמען האָבן זיי אויך רעקאָרדירט ווי קאָמפּאַקטלעך, וואָס מע קען קויפֿן אויף דער אינטערנעץ דורך זייער וועבזײַטל, למשל. דאָס פֿערטע קאָמפּאַקטל „אין האַרצן פֿון דער ייִדישער נשמה‟, איז אַרויס אין 2012, און דאָרטן שפּילן זיי מיט קאַטרין לאַראַ, וואָס איז אַ באַקאַנטע ראָק־זינגערין אין פֿראַנקרײַך.

דעם זומער וועט די גרופּע אַרויספֿאָרן אויף אַ סעריע קאָנצערטן אַרום פֿראַנקרײַך מיט דער פּראָגראַם „אַ ייִדישע מאַמע‟, און אין 2015 פּלאַנירן זיי צו פֿאָרן קיין יאַפּאַן.

די ידיעות פֿון פּאַריז, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.