ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

אויף דער אויסשטעלונג אין „הויז פֿאַר באַגעגענישן מיט דער געשיכטע”
אויף דער אויסשטעלונג אין „הויז פֿאַר באַגעגענישן מיט דער געשיכטע”

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published April 23, 2014, issue of May 09, 2014.

אַן אויסשטעלונג פֿון מאַקסימיליאַן פֿאַיאַנס בילדער

אויף דער קאַראָווער־גאַס אין מיטן וואַרשע געפֿינט זיך „דאָס הויז פֿאַר באַגעגענישן מיט דער געשיכטע‟. דאָס „הויז‟ פֿאַרבעט דעם וואַרשעווער עולם צו דער נײַער אויסשטעלונג, געווידמעט די בילדער פֿון מאַקסימיליאַן פֿאַיאַנס, אַ ייִדישער פֿאָטאָגראַף, וואָס האָט געלעבט און געשאַפֿן אין וואַרשע אין 19טן יאָרהונדערט. פּאַיאַנס האָט געהאַט איינעם פֿון די ערשטע פֿאָטאָגראָפֿיע-סטודיאָס אין וואַרשע.

„דאָס הויז פֿאַר באַגעגענישן מיט דער געשיכטע‟, אין איינעם מיטן נאַציאָנאַלן פּוילישן מוזיי האָבן אויך אַרויסגעגעבן אַן אַלבאָם מיטן טיטל: „מאַקסימיליאַן פֿאַיאַנס 1825 — 1890.‟

איינע פֿון די שענסטע פֿאָטאָגראַפֿיעס אינעם אַלבאָם איז פֿאַיאַנס זעלבסט־פּאָרטרעט, און טאַקע אין זײַן סטודיאָ אויף דער דלוגער־גאַס; עלעגאַנט אָנגעטאָן, מיט די דעמאָלטיקע מאָדישע וואָנצעס, שטייענדיק לעבן זײַן פֿאָטאָ-אַפּאַראַט.

מסתּמא איז דאָס טשיקאַווסטע בילד אינעם אַלבאָם פֿאַר אונדז ייִדן, דער פּאָרטרעט פֿון דער פֿאַיאַנס־משפּחה. מיזרח-אייראָפּע בכלל און פּוילן בפֿרט זענען געקניפּט און געבונדן מיטן „פידלער אויפֿן דאַך‟ — ייִדן אין קאַפּאָטעס, קרומע הײַזעלעך, בלאָטיקע געסעלעך. אויפֿן פּאָרטרעט פֿון דער פֿאַיאַנס־משפּחה זעט מען אָבער אַ מאָדערנע, גרויס-שטאָטישע אייראָפּעיִשע משפּחה.

פֿאַרן וואַרשעווער עולם זענען די בילדער פֿון זייער שטאָט מיט 150 יאָר צוריק באַזונדערש אינטערעסאַנט. וואַרשע, ווי באַקאַנט, איז כּמעט אין גאַנצן חרובֿ געוואָרן בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. אַ דאַנק פֿאַיאַנסן, קענען די הײַנטיקע וואַרשעווער זען ווי ס׳האָט אויסגעזען די פּוילישע הויפּטשטאָט אין איר אַמאָליקער פֿולער פּראַכט.

טרויער־אַקאַדעמיע לזכּרון דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ

שבת, דעם 19טן אַפּריל, האָט וואַרשע אָפּגעמערקט דעם 71סטן יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ.

אויפֿן סקווער לעבן ייִדישן מוזיי, פֿאַר דעם ראַפּאָפּאָרטס דענקמאָל לזכּרון דעם געטאָ-אויפֿשטאַנד, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט וואַרשעווער תּושבֿים, ייִדן און נישט-ייִדן.

די פּוילישע סאָלדאַטן זענען געשטאַנען אין אַן ערנוואַך בײַם דענקמאָל. אַ רבֿ האָט געזאָגט „אל מלא רחמים‟, און די ייִדישע דעלעגאַציעס, צוזאַמען מיט אַנדערע פֿאָרשטייער פֿון דער שטאָט וואַרשע, האָבן געלייגט בלומען-קרענץ צום דענקמאָל.

ס’איז געווען מסתּמא דער ערשטער אמתער פֿרילינג-טאָג הײַיאָר, און די יונגע וואָלונטירן האָבן אויסגעטיילט געלע נאַרציסן, ווי אַ סימבאָל פֿונעם אויפֿשטאַנד אין געטאָ.

די שרײַבערין און אַקטריסע יאָאַנאַ שעפּקאָווסקאַ אַנטפּלעקט אירע ייִדישע וואָרצלען

יאָאַנאַ שעפּקאָווסקאַ
יאָאַנאַ שעפּקאָווסקאַ

אַ נײַ בוך איז נאָר וואָס אַרויס אין פּוילן: „ווער ביסטו?‟ — KTO TY JESTES. די מחברטע, יאָאַנאַ שעפּקאָווסקאַ, איז אַרײַן אין דער פּוילישער געשיכטע, ווײַל מיט 25 יאָר צוריק האָט זי געזאָגט אויפֿן עקראַן פֿון דער פּוילישער מלוכישער טעלעוויזיע די דאָזיקע ווערטער: „חשובֿער עולם, דעם 4טן יוני 1989 האָט זיך געענדיקט דער קאָמוניזם אין פּוילן.‟ גאַנץ פּוילן האָט דעמאָלט געכאַפּט אַ שאָק.

שעפּקאָווסקאַ איז איינע פֿון די בעסטע פּוילישע אַקטריסעס. דערצו איז זי אַ באַקאַנטע מחברטע פֿון פֿעליעטאָנען און ביכער. איצט אין דעם עלטער פֿון 61 יאָר, האָט זי אָנגעשריבן אַ בוך וועגן זיך אַליין. זי האָט געפֿאָרשט און געפֿונען אירע משפּחה־וואָרצלען. ווי אַ סך אַנדערע פּאָליאַקן, האָט זי אַנטדעקט, אַז זי איז אַ ייִדישקע. די באָבע האָט געשטאַמט פֿון אַ פֿרומער ייִדישער משפּחה אין לעמבעריק. אינעם אַרײַנפֿיר צום בוך שרײַבט שעפּקאָווסקאַ, אַז אירע אָבֿות האָבן גערעדט פּויליש, אוקראַיִניש און יאָ, לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, ייִדיש.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.