ספּילבערגס פֿילם וועגן דעם געשמדטן ייִנגל

Spielberg‘s Film About a Jewish Boy Seized by Church

טאָני קושנער (רעכטס) און סטיווען ספּילבערג
טאָני קושנער (רעכטס) און סטיווען ספּילבערג

פֿון ריני גערט־זאַנד (Forward)

Published April 24, 2014, issue of May 09, 2014.

צווישן סטיווען שפּילבערגס נײַע קינאָ־פּראָיעקטן איז פֿאַראַן אַ פֿילם וועגן דער פֿאַרכאַפּונג פֿון עדגאַרדאָ מאָרטאַראַ — דאָס ייִדישע ייִנגל, וואָס די קאַטוילישע קירך האָט אים אַוועקגענומען פֿון די עלטערן אינעם יאָר 1858. די מעשׂה אין פֿאָרגעקומען אין איטאַליע, וווּ ס׳האָט דעמאָלט געהערשט די מאַכט פֿונעם פּויפּסט.

אַ קריסטלעך דינסטמיידל האָט געמאָלדן, אַז זי האָט געשמדט דאָס קינד, דערפֿאַר האָט די קירך באַשלאָסן, אַז דאָס ייִנגל איז געוואָרן אַ קריסט און קאָן נישט לעבן ווײַטער מיט די ייִדישע טאַטע־מאַמע. די דאָזיקע מעשׂה האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסע מהומה אין דער וועלט. אַ סך היסטאָריקער גלייבן, אַז מאָרטאַראַס פֿאַרכאַפּונג האָט געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אינעם ברייטן ווידערשטאַנד קעגן דער קריסטלעכער מאַכט, צוליב וועלכן איטאַליע איז געוואָרן אַ מאָדערנע ליבעראַלע מלוכה.

עדגאַרדאָ מאָרטאַראַ איז געווען 6 יאָר אַלט, ווען דער פּויפּסט, פּיוס דער נײַנטער, האָט באַפֿוילן אים אַוועקצונעמען פֿון זײַנע עלטערן, שלמה און מאַריאַנאַ פּאַדאָוואַני מאָרטאַראַ. דאָס דינסטמיידל האָט געהייסן מאָריסי. זי האָט געמאָלדן, אַז דאָס קינד איז געווען געפֿערלעך קראַנק, דערפֿאַר האָט זי אויף אים „רחמנות געהאַט‟, און געטויפֿט עס אויף גיכן לויטן קריסטלעכן גלויבן. אין יענער תּקופֿה, האָבן נישט־קאַטוילישע משפּחות נישט געהאַט קיין רעכט צו דערציִען קאַטוילישע קינדער. די רעגירונג האָט צוגענומען עדגאַרדאָ, געבראַכט אים קיין רוים, און געמאַכט פֿאַר אַ מלוכישן וועכטער.

די קריסטלעכע מאַכט האָט געמאָלדן, אַז אויב די טאַטע־מאַמע ווילן באַקומען זייער זון צוריק, מוזן זיי זיך שמדן. די משפּחה האָט זיך אָפּגעזאָגט דאָס צו טאָן. במשך פֿון אַ סך יאָר, האָבן די עלטערן אָן דערפֿאָלג געפּרוּווט אומקצוקערן דאָס קינד.

עדגאַרדאָ האָט באַקומען אַ קאַטוילישע דערציִונג. ווען ער איז אויפֿגעוואַקסן, האָט ער באַשלאָסן צו בלײַבן אַ קריסט, געוואָרן אַ גלח פֿונעם אויגוסטינער אָרדן און געדינט ווי אַ מיסיאָנער אין פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד, האָפֿנדיק צו שמדן די אַנדערע ייִדן. שפּעטער, האָט ער אָבער זיך פֿאַרבונדן מיט זײַן משפּחה און איז געקומען אויף זײַן מאַמעס לוויה. אינעם יאָר 1940, איז ער געשטאָרבן אין בעלגיע בײַ 88 יאָר, זײַענדיק אַ מאָנאַך. טאָני קושנערס פּלאַנירטער סצענאַר פֿאַר ספּילבערגס נײַעם פֿילם וועט זײַן באַגרינדעט אויף דייוויד קערצערס בוך „די פֿאַרכאַפּונג פֿון עדגאַרדאָ מאָרטאַראַ‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם יאָר 1998. פֿריִער, האָט קושנער מיטגעאַרבעט מיט ספּילבערגן אין צוויי פֿילמען, וואָס זענען נאָמינירט געוואָרן פֿאַרן „אָסקאַר‟: „מינכן‟ און „לינקאָלן‟.