„ייִדישער ביכער־צענטער‟ באַלוינט מיט אַ מלוכישער פּרעמיע

Yiddish Book Center Receives Governmental Prize

דער בנין פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס
דער בנין פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 27, 2014, issue of May 23, 2014.

דאָנערשטיק, דעם 24סטן אַפּריל, האָט אַהרן לאַנסקי, דער פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס אַנאָנסירט, אַז דער אַמעריקאַנער מלוכישער אינסטאַנץ פֿאַר מוזייען און ביבליאָטעקן וועט דעם 8טן מײַ באַלוינען דעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ מיט אַ מעדאַל. די צערעמאָניע וועט פֿאָרקומען אינעם „ווײַסן הויז‟ מיט דער באַטייליקונג פֿון דער ערשטער דאַמע מישעל אָבאַמאַ, וועלכע וועט פּערזענלעך צוטיילן די פּרעמיע.

אין אַ דעקלערונג פֿאַר דער פּרעסע האָט דער „אינסטיטוט פֿון מוזיי־ און ביבליאָטעק־באַדיונגען‟ געשריבן, אַז דער מעדאַל איז די העכסטע אויסצייכענונג פֿאַר מוזייען און ביבליאָטעקן, וועלכע אַרבעטן לטובת די אינטערעסן פֿונעם אַמעריקאַנעם פֿאָלק. „שוין צוואָנציק יאָר פֿײַערן מיר אויסגעצייכנטע אינסטיטוציעס, וועלכע האָבן געהאַט אַ באַדײַטנדיקע ווירקונג אויף יחידים, משפּחות און ציבורס איבערן גאַנצן לאַנד… די געווינער האָט מען אויסגעקליבן פֿון צווישן נאָמינירטע אינסטיטוציעס פֿון איבערן גאַנצן לאַנד, וועלכע באַנוצן זיך מיט נאָוואַטאָרישע צוגאַנגען צו דינען דעם כּלל‟.

נאָך דער צערעמאָניע וועט דער פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה „Storycorps‟ באַזוכן דעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ כּדי צו מאַכן אינטערוויוען וועגן דעם צענטערס שליחות.

אין אַ בליצבריוו צו די מיטגלידער פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ האָט אַהרן לאַנסקי געשריבן אַז „די אויסצייכענונג אָנערקענט אונדזער נאָוואַטאָרישע אַרבעט אין ראַטעווען ייִדישע ביכער און מאַכן זיי צוטריטלעך פֿאַר לייענער איבער דער וועלט…. מיר נעמען אָן די אויסצייכענונג ווי אַן אָנערקענונג פֿונעם אומדערמידלעכן גײַסט פֿונעם ייִדישן לשון.‟

אין אַ דעקלאַראַציע אַרויסגעשיקט דורך זײַן ביוראָ האָט קאָנגרעסמאַן דזשים מיקגאָווערן געשריבן, אַז ער איז שטאָלץ צו געבן אַ מזל־טובֿ דעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ ווײַל דער צענטער איז „איינער פֿון די גרעסטע אוצרות אין אונדזער שטאַט און אין אונדזער לאַנד. די אַרבעט, וואָס זיי מאַכן טאָג־טעגלעך, כּדי צו פּרעזערווירן דעם דאָזיקן וויכטיקן טייל פֿון אונדזער קאָלעקטיווע קולטור, איז אומשאַצבאַר און איך בין שטאָלץ, וואָס זיי געפֿינען זיך אין מײַן דיסטריקט‟.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.