ידיעות פֿֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published April 29, 2014, issue of May 23, 2014.

פֿֿעסטיוואַל פֿֿון ייִדישע פֿֿילמען — דערעפֿֿנט

דינסטיק דעם 22סטן אַפּריל איז געווען די עפֿֿענונג פֿֿונעם 10טן פֿֿעסטיוואַל פֿֿון ייִדישע פֿֿילמען „המוטיבֿ היהודי‟ (דער ייִדישער מאָטיוו). געעפֿֿנט דעם פֿֿעסטיוואַל האָבן צוויי וועטעראַנען פֿון דער פּּוילישער קולטור — דער פּּוילישער רעזשיסאָר אַנדזשיי ווײַדאַ און דער פּּוילישער ייִדישער שרײַבער יוזעף הען.

מיט צען יאָר צוריק — האָט אַנדזשיי ווײַדאַ געזאָגט: „האָב איך געהאַט דעם כּבֿוד צו עפֿענען דעם ערשטן ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל אין א קליינעם זאַל אויף דער עלעקטאָראַלנע־גאַס. דעמאָלט האָב איך נישט געטרוימט, אַז איך וועל עס טאָן במשך פֿון גאַנצע צען יאָר. ערשט איצט, — האָט ווײַדאַ צוגעגעבן, — אינעם שיינעם זאַל פֿונעם נײַעם ייִדישן מוזיי, האָט דער פֿעסטיוואַל געפֿונען אַ פּאַסיקע אַכסניה.‟

ווײַדאַ האָט געשטעלט א פֿראַגע: „אויף וואָס באַדאַרפֿן מיר אַזאַ פֿעסטיוואַל?‟ געענטפֿערט אויף דער דאָזיקער פֿראַגע האָט ער אַליין: „מיר דאַרפֿן אַזאַ פֿעסטיוואַל, ווײַל די פּוילישע קולטור און די פּּוילישע ייִדישע קולטור זענען געקניפּט און געבונדן. ייִדישע מאָטיוון זענען תּמיד געווען און וועלן תּמיד בלײַבן אַ טייל פֿון אונדזער בשותּפֿותדיקער קולטור.‟

דער ערשטער פֿילם אין דער פּּראָגראַם פֿונעם פֿעסטיוואַל איז געווען מאַלקאָלם קלאַרקס דאָקומענטאַר THE LADY IN NUMBER 6 וועגן אַליס הערץ-זאָמער, אַ פּּיאַניסטין, וואָס די דײַטשן האָבן זי געלאָזט לעבן, ווײַל זי האָט געשפּילט אויף דער פּּיאַנע אין דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער טערעזיענשטאַט. אַליס הערץ-זאָמער איז געשטאָרבן אין טיפֿער עלטער פֿון 109 אין פֿעברואַר הײַיאָר.

וואָס וואָלט געווען, ווען ייִדן בלײַבן לעבן אין וואַרשע?

אַ סצענע פֿון דער פּיעסע „די נאַכט פֿון די לעבעדיקע ייִדן‟
אַ סצענע פֿון דער פּיעסע „די נאַכט פֿון די לעבעדיקע ייִדן‟

אַ נײַע פּּּיעסע איז געוויזן געוואָרן אינעם וואַרשעווער דראַמאַטישן טעאַטער TEATR DRAMATYCZNY, וואָס געפֿינט זיך אינעם פּּאַלאַץ פֿֿאַר קולטור און וויסנשאַפֿֿט, אויפֿגעבויט פֿון יוסף סטאַלין אין מיטן וואַרשע, ווי אַ מתּנה פֿֿאַרן פּוילישן פֿֿאָלק.

די פּּיעסע הייסט „די נאַכט פֿון די לעבעדיקע ייִדן‟. אין דער אמתן איז די פּּיעסע קיין פּּיעסע נישט, נאָר אַ דראַמאַטישע באַאַרבעטונג פֿון איגאָר אָסראַכאָווישטס ראָמאַן מיטן זעלבן טיטל.

מיר ייִדן טראַכטן פֿֿון צײַט צו צײַט, ווי וואָלט וואַרשע אויסגעזען הײַנט, ווען זי בלײַבט האַלב־ייִדיש, ווי זי איז געווען ביז 1939. ווי, למשל, וואָלט אויסגעזען די ייִדישע ליטעראַטור אין דער הויפּּטשאָט פֿֿון אַ מלוכה, וווּ דרײַ מיליאָן מענטשן וואָלטן גערעדט ייִדיש? מיר ספּּעקולירן אויף דעם, צי מיר וואָלטן טאַקע געהאַט אַ נײַע נאָוואַטאָרישע ייִדישע פּּאָעזיע און דראַמע, הײַנטצײַטיקע ייִדישע ליטעראַטור און אַזוי ווײַטער?

איגאָר אָסטראַכאָוויטש האָט געהאַט אַן ענלעכן געדאַנק. אין זײַן ראָמאַן באַטראַכט ער די השערה, ווי וואָלט פּּוילן בכלל און וואַרשע בפֿרט אויסגעזען, ווען די דערהרגעטע פּּוילישע ייִדן וואָלטן אויפֿגעשטאַנען פֿון די חורבֿות. זײַנע העלדן אינעם ראָמאַן זענען צוויי ייִדישע מתים, אַ טאַטע און אַ טאָכטער, וואָס זענען געבליבן, ווי דער דיבוק אין אַנ-סקיס פּיעסע, צווישן צוויי וועלטן. זיי קריכן אַרויס פֿֿון אַ וואַרשעווער קעלער, כּדי צו זען, ווי סע זעט אויס די הײַנטיקע וואַרשע. די טאָכטער וויל זיך אָנטאָן לויט דער הײַנטיקער מאָדע, זיך צוהערן צו הײַנטיקער מוזיק און אַזוי ווײַטער.

צום באַדויערן אָבער, ווײַזט אונדז די דראַמאַטישע באַאַרבעטונג קיין שום אויטענטישע ייִדן, נאָר פֿֿלאַכע, אפֿֿשר נישט קיין נעגאַטיווע סטערעאָטיפּּן, אָבער פֿֿאָרט סטערעאָטיפּּן פֿֿון ייִדן. איראָניש זעט אויס דער פֿֿאַקט, אַז חוץ די ייִדן, זענען דווקא די פּוילישע נעאָ-נאַציס פֿאַראינטערעסירט אין דער צײַט פֿֿון דער דײַטשישער אָקופּּאַציע מער, ווי סתּם פּאָליאַקן. פֿֿאַר די נעאָ-נאַציס, פֿֿאַרשטייט זיך, איז די פֿֿאַרטיליקונג פֿֿון די ייִדן געווען דווקא אַ פּאָזיטיווע זאַך. זיי בענקען נאָך היטלערס צײַטן.

אַזוי אַרום זעט מען, ווי אויף דער בינע פֿֿון „טעאַטער דראַמאַטיטשני‟ לויפֿֿן, ווי די פֿֿאַרסמטע מײַז, סטערעאָטיפּּן פֿֿון ייִדן, אין איינעם מיט סטערעאָטיפּּן פֿֿון נעאָ-נאַציס. איין זאַך איז קלאָר. די פֿֿאַסצינאַציע מיטן ייִדישן עבֿר פֿֿון פּּוילן איז הײַנט פּּונקט אַזוי שטאַרק, ווי מיט צוואָנציק יאָר צוריק. אַ ראַיה: דער טעאַטער־זאַל איז געווען פֿֿול געפּאַקט.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.