נאָך נײַן חדשים — אַ טויט־געבוירן קינד

After Nine Months – A Stillborn

צוויי פֿאָרשטייער פֿון „פֿאַטאַך” (לינקס) טרעפֿן זיך מיטן פּרעמיער פֿון „כאַמאַס‟ אין עזה, איסמאַיִל כאַניִאַ (צווייטער פֿון רעכטס), בעת אַ זיצונג פֿון די פּאַלעסטינער פֿראַקציעס, דעם 22סטן אַפּריל, אין עזה
Getty Images
צוויי פֿאָרשטייער פֿון „פֿאַטאַך” (לינקס) טרעפֿן זיך מיטן פּרעמיער פֿון „כאַמאַס‟ אין עזה, איסמאַיִל כאַניִאַ (צווייטער פֿון רעכטס), בעת אַ זיצונג פֿון די פּאַלעסטינער פֿראַקציעס, דעם 22סטן אַפּריל, אין עזה

פֿון עמיל קאַלין

Published April 30, 2014, issue of May 23, 2014.

אַ מאָל האָב איך געלייענט אַן אַרטיקל פֿון אַ וויכטיקן עקאָנאָמיסט, וואָס האָט געגאָסן טײַכן טינט, כּדי איבערצוצײַגן די לייענער, אַז ער האָט פֿאָרויסגעזען דעם קראַך אין דעם אַמעריקאַנער גרונט־מיסחר־מאַרק, און ווי אַ פּועל-יוצא, אויכעט די שוועריקייטן, וועלכע די גאַנצע אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע האָט דורכגעמאַכט.

אונטן, אויף דעם אייגענעם וועבזײַטל, האָט זיך געפֿונען אַ פֿאַרבינדונג צו דעם אָריגינעלן אַרטיקל; איך האָב זיך נישט געפֿוילט און אין דעם אַרטיקל אַרײַנגעקוקט. אמת, שוואַרץ אויף ווײַס, האָט ער טאַקע צעלייגט אַלע צרות און אָנשיקענישן, וואָס האָבן שפּעטער געטראָפֿן אַמעריקע — אַ וווּנדער.

איך האָב גענומען נישטערן ווײַטער און לייענען אַנדערע אַרטיקלען זײַנע, און וואָס מער איך האָב געלייענט, אַלץ קלאָרער איז געוואָרן: ער איז נישט קיין גאון, נאָר אַ שוואַרץ-זעער! אַלע זײַנע אַרטיקלען זײַנען געווען איבערגעפֿולט מיט שוואַרצע נבֿיאות, קלאָג-רייד און וואָרענונגען — אויך מיר אַ קונץ, אויך מיר אַ גאון.

דאָס זעלבע איז טאַקע מיט נבֿיאות זאָגן וועגן מיטל-מיזרח: מע דאַרף זײַן גאָר אַ קנאַפּער נבֿיא, כּדי פֿאַרויסצוזאָגן, אַז עפּעס וועט נישט גיין, דורכפֿאַלן, זיך ענדיקן מיט בלוט־פֿאַרגיסונג.

און אויב אַן עקאָנאָמיסט קען זיך גרויסן מיט זײַן פֿאַרשטאַנד און זיך וואַרפֿן מיט עצות, קען איך זיך געבן אַ קלאַפּ אין פּלייצע און זאָגן הויך אויף אַ קול: „רבותי, איך האָב אײַך שוין געזאָגט — דער איצטיקער שלום-פּראָצעס האָט נישט קיין האַפֿט! די אונטערשיידן צווישן די צדדים זענען אומגעהײַער גרויס, און עס שײַנט, אַז קיין שום אַמביציע איז נישט מסוגל צונויפֿפֿירן אַ וואַנט מיט אַ וואַנט‟.

אָבער לאָמיר איבערלאָזן די „קלאַפּן‟ אויף דער פּלייצע, און אַ קוק טאָן, ווי די זאַכן האָבן זיך אַנטוויקלט ביז אַהער:

ישׂראל האָט אָנגעהויבן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט דער האָפֿענונג, אַז זיי וועלן אָפּטרייסלען פֿון איר דעם אינטערנאַציאָנאַלן דרוק, און אַרויסהעלפֿן מיט דעם לעבנס-וויכטיקן ענין — דער נוקלעאַרער פּראָגראַם פֿון איראַן. ווי עס ווײַזט די הײַנטיקע ווירקלעכקייט, האָט ישׂראל, וואָס שייך דאָס אָפּשטילן די אינטערנאַציאָנאַלע קאַמפּאַניע קעגן איר, געהאַט דערפֿאָלג. אמת, פֿאַראַן נישט ווייניק פּאָליטיקער, בתוכם דזשאָן קערי, וואָס באַשולדיקן, דער עיקר, ישׂראל אין דעם דורכפֿאַל פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען גופֿא, אָבער עס פֿילט זיך שוין נישט דער דרוק, דאָס וואַרגעניש, וואָס האָט זיך דערשפּירט פֿריִער.

דער אַזוי-גערופֿענער „אייראָפּעיִשער בויקאָט‟, וואָס האָט אַ היפּשע צײַט געדונערט איבער ישׂראל, איז אויסגעגאַנגען שטיל. צוליב דעם „ביזנעס‟ האָט קיין שום קאָלאָניע נישט אַריבערגעפֿלאַנצט אירע ביימער אויף דער צווייטער זײַט פֿון דער „גרינער ליניע‟. די גרויסע קאַמפּאַניעס זענען נישט אַרויפֿגעשפּרונגען אויף דעם חרם-וואָגן און די עקאָנאָמישע פֿאַרבינדונגען זענען נאָך אַלץ שטאַרק.

עס קען גרײַלעך זײַן, אַז עס זענען דאָ „בויקאָט־אינדזלען‟, אָבער מען קען זאָגן, אַז אין דער אמתן, איז דער אייראָפּעיִשער עולם פֿאַרבליבן קאַלט. מסתּמא האָט אייראָפּע גרעסערע און דרינגענדלעכע דאגות, ווי מיזרח-ירושלים און די „גרינע ליניע‟.

וואָס שייך איראַן איז די סיטואַציע גאָר נישט פֿויגלדיק. די וועלט האָט מער-ווייניקער געמאַכט שלום מיט דעם געדאַנק, אַז איראַן וועט האָבן אָדער אַטאָמיש געווער, אָדער די מעגלעכקייט דאָס צו אַנטוויקלען, ווען ס‘וועט קומען די צײַט. עס איז נישט נויטיק צוצוגעבן מער וועגן דער ריזיקער געפֿאַר, נאָר עס דאַכט זיך, אַז די כּוחות בײַ דער מערבֿ-וועלט האָבן זיך אויסגעשעפּט. זי וועט זיך נישט אײַנשטעלן איצט. אַמעריקע לאָזט אירע אַליִיִרטע אין דעם אַראַבישן האַלב-אינדזל אויף הפֿקר.

נאָך די פֿאַרגאַנגענע חדשים, האָבן זיך אַרויסגעוויזן די רויטע ליניעס פֿון ישׂראל און די פּאַלעסטינער:

ירושלים איז נישט גרייט צו דערלאָזן דעם אומקער פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים. בעסער געזאָגט, זייערע קינדער און קינדס-קינדער קיין ישׂראל גופֿא; זי איז נישט גרייט איבערצוגעבן דעם ירדן-טײַך אין די הענט פֿון פֿרעמדע כּוחות.

אַבאַס, וואָס אַמעריקע האָט אים ממש געשלעפּט „בײַ די האָר‟ זיך זעצן צום פֿאַרהאַנדלונג־טיש, אײַנזעענדיק, אַז ער וועט נישט קענען קריגן אַ מדינה בחינם — די וועלט האָט פֿאָדערונגען אויך צו אים, נישט נאָר צו ישׂראל — האָט אויסגעקליבן דעם איינציקן וועג פֿון דעם טייטלעכן פּלאָנטער — אַנשטאָט ממשיך צו זײַן צו רעדן מיט ישׂראל אין די ראַמען פֿון קעריס דאָקומענט (אַ דאָקומענט, וואָס קיין שום פּאַלעסטינישער מנהיג קען נישט אָננעמען) האָט ער זיך, בלית-ברירה, אומגעקערט צו זײַנע בלוט-שׂונאים, „כאַמאַס‟.

עס דאַכט זיך, אַז אַבאַס וויל סײַ געוווּנען מער צײַט, סײַ אָנשרעקן די אַמעריקאַנער: „מעגלעך, אַז איך בין נישט דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל, אָבער דאָך, מיט מיר קען מען כאָטש רעדן; די אַנדערע ברירות זענען נאָך ערגער.‟

אפֿשר וועט זיך אַמעריקע נאָכגעבן און זיך באַפֿרידיקן מיטן „ווייניקער-שלעכטן‟? ער מיינט, אַז דער פּרײַז פֿון אַזאַ גאַנג איז ביליקער, ווי ממשיך צו זײַן מיטן אַבסורדישן שלום-פּראָצעס. וואָס וועט ער זאָגן די פֿינף מיליאָן פּליטים אין די שכנישע לענדער? פֿאַרגעסט דעם טרוים, וואָס איך און מײַן אָרגאַניזאַציע האָט אויפֿגעהאַלטן אַזוי פֿיל יאָרן? מע וועט מוזן געפֿינען פֿאַר אײַך אַ לייזונג אין די איצטיקע קראַכנדיקע אַראַבישע לענדער?

ער וועט לאָזן „פֿרעמדע כּוחות‟ אָפּהיטן זײַן גרענעץ מיט ירדן? אַוועקמאַכן דעם חלום פֿון „גאַנץ פֿאַלאַסטין — פֿונעם טײַך ביזן ים‟? ער דאַרף נאָך דאַנקען פֿאַר די 23% פּראָצענט פֿון דעם אויסגעחלומטן שטח, און אײַנשטימען מיט אַ פּלאַן, אַז פֿאַלאַסטין זאָל זײַן אַן אומבאַוואָפֿנט לאַנד?

די אַראַבישע גאַס וועט עס אים נישט פֿאַרגעבן. עס קען זיך זייער טרעפֿן, אַז אײַנגייענדיק אויף פּשרות מיט ישׂראל, ברענגט ער אויף זיך אַ טויט-אורטייל. מעגלעך, אַז דער טויט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ וועט אָפּגעהאַלטן ווערן אויף אַ צײַט אין פֿאַל, וואָס ער וועט שליסן אַ הסכּם מיט „כאַמאַס‟.

עס איז אַן אַזאַרט־שפּיל; עס איז זיכער, אַז „כאַמאַס‟ וועט געווינען די וואַלן, אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, איז כּמעט קלאָר, אַז אַזאַ „נאַציאָנאַלע איבערבעטונג‟ האָט קנאַפּע שאַנסן צו זען די ליכטיקע שײַן. עס איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אַזאַ איבערבעטונג איז אונטערגעשריבן געוואָרן און קיין תּכלית נישט געהאַט — שוין דרײַ מאָל.