צי מעג אַ רבֿ קריטיקירן ישׂראל?

Is the Pulpit a Place for Israel Criticism?

דער שיקאַגער ראַבינער ברענט ראָזען, אַ באַקאַנטער קריטיקער פֿון ישׂראל
Alex Grange
דער שיקאַגער ראַבינער ברענט ראָזען, אַ באַקאַנטער קריטיקער פֿון ישׂראל

פֿון דניאל טרײַמאַן (ייִט״אַ)

Published April 30, 2014, issue of May 23, 2014.

דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, האָט דער „ייִדישער ראַט פֿאַר עפֿנטלעכע ענינים‟ דורכגעפֿירט אַ שטודיע, וועלכע האָט באַוויזן, אַז אַ טייל ראַבינער באַהאַלטן אויס זייער אמתע שאַרף קריטישע באַציִונג צו ישׂראל, ווען זיי דרשענען אין דער שיל. צי איז כּדאַי אַזוי צו טאָן?

אַ טייל פֿון דער הײַנטיקער אַנטי־ישׂראלדיקער קריטיק קומט טאַקע פֿון בפֿירוש אַנטיסעמיטישע קוואַלן און האָט אַן איבערגעטריבענעם אָדער סתּם פֿאַלשן כאַראַקטער. אין אַנדערע פֿאַלן, זענען די טענות באַרעכטיקט, אָדער זיי ווערן אָפּגעריסן פֿונעם קאָנטעקסט. אין דער אַמעריקאַנער פּרעסביטעריאַנער קירך צירקולירט אַ „וועגווײַזער פֿאַר שטודיעס פֿון ציוניזם‟, וואָס קלינגט אַנטיסעמיטיש, ווי עס טענהן די קריטיקער פֿונעם דאָזיקן דאָקומענט.

אַ טייל לינק־געשטימטע אָרגאַניזאַציעס זאָגן, אַז זיי שטיצן ישׂראל, אָבער פֿאַרטיידיקן די שטיצער פֿון אַנטי־ישׂראלדיקע בויקאָטן, וועלכע זענען צומאָל פֿאַרבונדן מיט אַנטיסעמיטישע גרופּעס, אָדער קריטיקירן ישׂראל בפֿרהסיה און רופֿן די פֿאַראייניקטע שטאַטן צו צווינגען ישׂראל אָנצונעמען זייערע פֿאָדערונגען. פֿון דער צווייטער זײַט, זענען פֿאַראַן אַזעלכע רעכטע פּראָ־ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס, וואָס קאָנען נישט מסכּים זײַן מיט קיין פּשרות אינעם שלום־פּראָצעס מיט די פּאַלעסטינער, און דערפֿאַר באַציִען זיי זיך מעשׂה פֿײַנטלעך צו דער ישׂראלדיקער רעגירונג.

איך זאָג נישט, אַז ישׂראל האָט נישט קיין חסרונות. אַדרבה, מע מוז זיך באַציִען קריטיש צו די באַשלוסן פֿון די ישׂראלדיקער פּאָליטיקער. און אויב מע שטיצט ישׂראל, מיינט עס נישט, אַז מע זאָל אָפּלייקענען די רעכט פֿון די פּאַלעסטינער. אָבער ווען עמעצער שילדערט דעם זיכערהייט־מויער, וואָס טיילט אָפּ ישׂראל פֿון די פּאַלעסטינער שטחים ווי „די אַפּאַרטהייד־וואַנט‟, דאַרף מען צוגעבן, אַז מע האָט דעם דאָזיקן צוים אויפֿגעשטעלט צוליב דעם פּאַלעסטינער טעראָריזם. די ראַבינער מוזן דערמאָנען דער וועלט, אַז די סיטואַציע מיט מדינת־ישׂראל איז אַ סך מער קאָמפּליצירט, ווי די סומע פֿון אַלע קאָנפֿליקטן מיט די פּאַלעסטינער.