דאָס נײַע ייִדישלאַנד: אַמסטערדאַם און דײַטשלאַנד

The New Yiddishland: Amsterdam and Germany

דער מחבר מיט שיפֿי ווײַנרײַך
דער מחבר מיט שיפֿי ווײַנרײַך

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published May 01, 2014, issue of May 23, 2014.

זעלטן וווּ נאָך אין דער געשיכ­טע פֿון ייִדן האָבן די אַשכּנזישע און ספֿרדישע קהילות אַזוי נאָענט זיך צוזאַמענגעלעבט, ווי אין אַמסטער­דאַם אינעם 17טן און 18טן יאָרהונ­דערט. בעת דעם טייל פֿון מײַן אייראָפּעיִ­שער נסיעה האָב איך פֿאַרבראַכט מיט צוויי פֿון די הויפּט־פֿאָרשער פֿון דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור אין האָלאַנד. אין אַמסטערדאַם האָט ד”ר שלמה בערגער מיך פֿאַרבעטן צו האַלטן אַ לעקציע אינעם אוניווער­סי­טעט, און בײַ אַ וועטשערע האָבן מיר זיך בעסער באַקענט.

אַ געבוירענער אין ישׂראל — זײַן טאַטע פֿון דער שארית־הפּליטה, האָט ד”ר בערגער לכתּחילה גע­פֿאָרשט די אוראַלטע געשיכטע, אָבער איז אַרי­בער צו דער ייִדיש־פֿאָרשונג. הײַנט פֿאַרנעמט ער די ייִדיש־פּאָזי­ציע אינעם אוניווערסיטעט, וווּ ער לערנט שפּראַך, ליטעראַטור און געשיכ­טע. צו דער לעקציע זענען געקו­מען גוטע־פֿרײַנד, צווישן זיי — דער אַמאָליקער „פֿאָרווערטס”־פּראַק­טי­קאַנט טער­ציאָ דרומל, וועלכער שטאַמט פֿון ווין און לערנט זיך הײַנט אין אַמסטערדאַם.

צווישן דעם עולם איז אויך גע­זעסן די זינגערין און כאָר־דיריגענ­טין שורה ליפּאָווסקי, און ווען מע האָט מיך געפֿרעגט צום סוף, צי ס’זענען פֿאַראַן נײַע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון ייִדישע לידער, האָב איך געקענט זאָגן, אַז אין דער ערשטער ריי זיצט אַזאַ קינסטלערין; מע קען הערן איר נײַ קאָמפּאַקטל „ווײַטינקע‟, וואָס זי האָט ערשט אַרויסגעלאָזט אין דע­צעמבער 2013. שוין יאָרן לאַנג די­ריגירט ליפּאָווסקי מיט אַ כאָר בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ און פֿירט אָן מיט דער געזאַנג־פּראָגראַם בײַם לאָנדאָנער ייִדיש־פֿעסטיוואַל.

אין אַמסטערדאַם בין איך אײַנגעשטאַנען בײַם לעקסיקאָגראַף יוסטוס וואַן דע קאַמפּ און זײַן פֿרוי קאַרען. זײַן ערשט ווערטערבוך — „כּשר נידערלאַנד‟ — באַשטייט פֿון ווערטער אין דער הײַנטיקער האָלענ­דישער שפּראַך, וואָס זענען אַרײַן אין דער געזעלשאַפֿט דורך די ספֿרדי­שע און אַשכּנזישע אימיגראַנטן. אַן ערך 18,000 ציטאַטן האָט ער געפֿו­נען. אַצינד אַרבעט ער אויף אַ ריזיקן פּראָיעקט — אַ ייִדיש־האָלענדיש ווער­טערבוך. בײַ דער אַרבעט האָט ער אַ קאָמיטעט, וואָס העלפֿט אים צו, און צווישן זיי געפֿינט זיך חנה לו­דען, די טאָכטער פֿונעם שרײַבער און רעדאַקטאָר פֿונעם בונדישן זשור­נאַל אין ישׂראל „לעבנס־פֿראַגן‟, יצחק לודען; און די ליטעראַטור־פֿאָר­שערין חנה גונטשאָוו. די משפּחה וואַן דע קאַמפּס איז באַקאַנט פֿאַר איר גאַסטפֿרײַנדלעכקייט און דאָס שלאָפֿ­צימער פֿאַר געסט בײַ זיי בלײַבט קיין מאָל נישט לאַנג ליידיק. דער­צו איז זייער שטוב אַ צענטער פֿון ייִדישיזם; פֿרײַטיק־צו־נאַכטס האָט אַ חבֿרה ייִדיש־רעדערס זיך צונויפֿ­גע­קומען בײַ זיי און מע האָט גערעדט בלויז אויף ייִדיש.

דרײַ־פֿערטל פֿונעם ייִדישן האָלענדישן ווערטערבוך־קאָמיטעט. פֿון רעכטס: חנה גונטשאָוו, יוסטוס וואַן דע קאַמפּ און חנה לודען
דרײַ־פֿערטל פֿונעם ייִדישן האָלענדישן ווערטערבוך־קאָמיטעט. פֿון רעכטס: חנה גונטשאָוו, יוסטוס וואַן דע קאַמפּ און חנה לודען

דורך אַ מאָדנעם צופֿאַל האָט אַ פּראָפֿעסאָר אין אַרבערדין, שאָט­לאַנד, מיט וועמען איך האָב זיך דאָרטן באַ­קענט, געלאָזט וויסן זײַן חבֿרטע אין אַמסטערדאַם, אַז איך פֿאָר אַהין און איר געעצהט מיר אָנצוקלינגען. די חבֿרטע הייסט שיפֿרה ווײַנרײַך, די טאָכטער פֿון אוריאל און בינה ווײַנרײַך. זי האָט חתונה געהאַט מיט אַ האָלענדער, זיך באַזעצט אין אַמ­סטערדאַם און אויפֿגעכאָוועט צוויי זין, וועלכע זענען שוין דערוואַקסן. דאָס לעצטע מאָל, וואָס מיר האָבן זיך געזען, איז געווען, דאַכט זיך, מיט 45 יאָר צוריק, ווען מע האָט זיך געשפּילט ווי קינדער — איך 10, זי 13 יאָר — אין „פֿאָרט טרײַען־פּאַרק‟, מאַנהעטן, צוזאַמען מיט מײַנע שוועס­טערקינדער פֿון דער שעכטער־משפּחה. אין ניו־יאָרק האָט מען זי גערופֿן שיפֿי.

די משפּחה ווײַנרײַך, ווי באַ­קאַנט, האָט מיט זיך פֿאָרגע­שטעלט די „אַריסטאָקראַטיע‟ פֿון דער ייִדיש־וועלט. שיפֿרה ווײַנרײַכס טאַ­­טע־מאַמע, זיידע־באָבע, עלטער־זיידע און ־באָבע האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור אין ווילנע און ניו־יאָרק. שיפֿרה אַליין האָט שוין לאַנג פֿאַרלאָזט יענע סבֿיבֿה, און אירע קינדער האָבן נישט קיין פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש אָדער אַפֿילו ייִדישקייט. פֿון דעסטוועגן, האָט די דור־דורותדיקע קייט פֿון ייִדישיסטן זיך נישט איבערגעריסן, און מיר האָבן געשמועסט ווי אַלטע גוטע־פֿרײַנד.

פּראָפֿ׳ מאַריאָן אָפּטרוט
פּראָפֿ׳ מאַריאָן אָפּטרוט

פֿון אַמסטערדאַם בין איך אַרי­בערגעפֿאָרן די גרענעץ מיט דער באַן און זיך אָפּגעשטעלט אין דיסל­דאָרף, וווּ פּראָפֿ’ מאַריאָן אַפּטרוט פֿאָרשט די אַלטע ייִדישע ליטעראַטור, בפֿרט אין האָלאַנד, אינעם „הײַנריך הײַ­נע אוניווערסיטעט‟. ד”ר אַפּטרוט און פּראָפֿ’ שמעון נויבערג אין טריִער פֿירן הײַנט אָן מיט דער ייִדיש־פֿאָר­שונג אין דײַטשלאַנד, און אָרגאַניזירן אַ קאָנפֿערענץ יעדן האַרבסט, בעת וועלכער די גראַדויִר־סטודענטן פֿון אייראָפּע און אַנדערע אַקאַדעמיקער האָבן די מעגלעכקייט צו רעדן וועגן זייער פֿאָרשונג. אָפֿט טרעט מען דאָרטן אַרויס מיט אַ לעקציע אויף ייִדיש, וואָס טרעפֿט זיך זעלטן הײַנט ערגעץ־אַנדערש־וווּ אין דער אוניווערסיטעטישער וועלט.

איך האָב געהאַלטן צוויי לעק­ציעס פֿאַר אַפּטרוטס קלאַסן און עס איז אויך געקומען פּראָפֿ’ אפֿרת גלעד, וועלכע האַלט בײַם פֿאַרענדיקן אַ גרויס ווערק וועגן איציק מאַנ­גערס לעבן און שאַפֿונג. וועגן מאַנגער און דער טשערנאָוויצער קולטור־סבֿיבֿה האָבן מיר דרײַ געהאַט וואָס צו רעדן, און ד”ר אַפּטרוט האָט מיר אַ ביסל געוויזן די שטאָט דיסלדאָרף, וואָס איז הײַנט געוואָרן באַקאַנט ווי אַ פֿינאַנץ־צענטער אין דײַטשלאַנד. געוויסע בולוואַרן און גאַסן האָבן מיך שטאַרק דערמאָנט די פֿינפֿטע און מעדיסאָן־עוועניו אין מאַנהעטן.

אין דער קלענערער שטאָט ברע­מען האָב איך באַשלאָסן צו בלײַבן צוויי טעג, זיך צו זען מיט מײַנע צוויי פֿרײַנד, עליאַנע רענער און מיאָ האַמאַן. ביידע האָבן זיי שטודירט ייִדיש, און האַמאַן האָט געשריבן איר מאַגיסטער־אַרבעט וועגן דער פֿרויען־ליטעראַטור פֿונעם חורבן. רע­נער, אַ קינסטלערין, האַלט אין מיטן פֿון אַ פּראָיעקט וועגן דער (נישט־פֿאַרענדיקטער) געשיכטע פֿון דער אַזוי־גערופֿענער „ווײַסער שקלאַ­פֿערײַ‟ איבער דער וועלט, בפֿרט בײַ די ייִדן. אַ דאַנק די סוב­סידיעס, האָט זי געקענט פֿאָרן קיין בוע­נאָס־אײַרעס, סאַן־פּאַולאָ, ניו־יאָרק, קייפּטאַון, שאַנכײַ און מומבײַ, אָבער אַ קאַפּיטל פֿון דער געשיכטע האָט זיך אויך אויסגעשפּילט אין איר איצטיקער היים ברעמען, וווּ דער ברעמענער רבֿ, לעאָפּאָלד ראָזענאַק, האָט אין 1903 געהאַט דעם געדאַנק אַרויסצוגעבן אַ צײַטונג אויף ייִדיש, כּדי צו וואָרענען יונג פֿרויען וועגן די סכּנות פֿון דער ווײַסער שקלאַפֿע­רײַ. 110 יאָר שפּעטער האָט אַ גרו­פּע פֿונעם ברעמענער אוניווערסי­טעט, בראָש מיט עליאַנע רענער און דער היסטאָריקערין מאַגדאַלע­נע וואַליגאָרסקאַ אויסגעפֿירט הרבֿ ראָזענאַקס פּלאַן אויף דער אינטער­נעץ. „די נײַע וועלט: זשורנאַל פֿאַר מיידלעך אונטערוועגנס‟ קען מען לייענען בײַ דער פֿאַרבינדונג http://trackingthetraffic.org/#bremen



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.