אַן אמתער רענעסאַנס־מענטש

A True Renaissance Man

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published May 01, 2014, issue of May 23, 2014.

אין אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט האָבן קונסט־הענדלדער שטאַרק באַװירקט די מאָדע אױף קונסט. אַ היפּשע צאָל פּריװאַטע זאַמלונגען, װאָס פֿאַרנעמען הײַנט אַ בכּבֿודיקן אָרט אין די אַמעריקאַנער מוזײען, זײַנען געקױפֿט געװאָרן מיט דער הילף פֿון ייִדישע מעקלער. אײנע פֿון די צענטראַלע פֿיגורן צװישן די מבֿינים אױף איטאַליענישער קונסט פֿון דער רענעסאַנס־תּקופֿה איז געװען בערנאַרד בערענסאָן (1865־1959), אַ ליטװישער ייִד, װאָס איז געװאָרן דער גרעסטער דעה־זאָגער אין דער װעלט פֿון קונסט־האַנדל.

אין משך פֿון זײַן לאַנגן לעבן האָט בערענסאָן דורכגעמאַכט עטלעכע גילגולים. געבױרן אינעם ליטװישן שטעטל באַלטרימאַנץ, איז ער אין עלטער פֿון צען יאָר געקומען קײן אַמעריקע. די משפּחה האָט זיך באַזעצט אין באָסטאָן, װאָס האָט צו יענער צײַט, נאָך פֿאַר דער גרױסער כװאַליע פֿון דער רוסיש־ייִדישער עמיגראַציע פֿון די 1880ער, געהאַט אַ קלײנעם ייִדישן ייִשובֿ. דער יונגער בערנאַרד איז געװען פֿעיִק און אײַנגעשפּאַרט אין זײַן באַגער צו װערן אַן עכטער אַמעריקאַנער. ער איז אָנגענומען געוואָרן אין האַרװאַרד, שטודירט אָריענטאַלישע שפּראַכן און האָט בדעה געהאַט צו װערן אַ שרײַבער. אין גיכן האָט ער זיך געשמדט און געװאָרן אַן עפּיסקאָפּאַלישער קריסט.

נאָכן גראַדויִרן פֿון האַרװאַרד האָט בערענסאָן אױסגעפּועלט אַ פּריװאַטע סטיפּענדיע און זיך געלאָזט קײן אײראָפּע. אין איטאַליע האָט ער זײער אױפֿמערקזאַם שטודירט די איטאַליענישע קונסט, און גאָר אין גיכן איז ער אָנערקענט געוואָרן װי אַ בקי פֿון פֿאַרשידענע פּראָװינציעלע רענעסאַנס־שיטות, װאָס זײַנען דעמאָלט געװען קױם באַקאַנט, מחוץ איטאַליע. און כּדי צו שטיצן זײַן לעבנס־שטײגער, האָט ער אָנגעהויבן געבן עצות די רײַכע אַמעריקאַנער זאַמלער.

אַזאַ מין טעטיקײט איז געװען זײער דעליקאַט, בפֿרט אַז ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט װי אַ פֿײַנשמעקער, װאָס האָט ליב געהאַט די קונסט לשמה. בערענסאָן האָט אָנגעשריבן עטלעכע ביכער, װאָס בלײַבן עד־היום צװישן די װיכטיקסטע שטודיעס אױפֿן דאָזיקן שטח. אָבער זײַן פּרנסה האָט ער געצױגן פֿון אַ שותּפֿות מיט אַ גרױסן אינטערנאַציאָנאַלן קונסט־הענדלער, װאָס האָט אים געשיקט בילדער אױף עקספּערטיז. אַזױ האָט בערענסאָן געקאָנט זיך פֿאַרגינען צו לעבן װי אַ גבֿיר, אין אַ פּרעכטיקער װילע לעבן פֿלאָרענץ, װאָס איז איצט אַן אַקאַדעמישער צענטער פֿונעם האַרװאַרדער אוניװערסיטעט.

בערענסאָנס לעבן און אַרבעט האָט צוגעצױגן דעם אינטערעס פֿון אַ סך פֿאָרשער. די נײַע ביאָגראַפֿיע פֿון רחל כּהן, װאָס איז אַרױס אין דער סעריע „ייִדישע לעבנס‟, גיט זיך אָפּ ספּעציעל מיטן ייִדישן אַספּעקט פֿון זײַן לעבן. זײַנע באַציִונגען מיט ייִדישקײט זײַנען געװען קאָמפּליצירט. פֿון אײן זײַט, איז ער געװאָרן אַ קריסט, צוערשט, פֿון דער עפּיסקאָפּאַלישער און דערנאָך פֿון דער קאַטױלישער שיטה. ער האָט ניט אָפּגעלײקנט זײַן ייִדישן אָפּשטאַם, אָבער אַרומגערינגלט זײַן לעבן מיט לעגענדעס. כּהן פּראָבירט פֿאַנאַנדערצוּװיקלען דעם דאָזיקן קנופּ, און באַהאַנדלט מיט אױפֿמערק בערענסאָנס באַציִונגען מיט זײַן משפּחה.

אַן אַנדער אַספּעקט פֿון בערענסאָנס ייִדישקײט האָט צו טאָן מיט זײַן פּרנסה. ער האָט געלעבט װי אַן אײראָפּעיִשער אַריסטאָקראַט, אָבער געלט האָט ער פֿאַרדינט אין שותּפֿות מיט ייִדישע קונסט־הענדלער. דאָס האָט ער געהאַלטן בסוד־סודות פֿון זײַנע קונים, װעלכע האָבן אים הױך געשאַצט װי אַן אָביעקטיװן מומחה. בערענסאָנס געשעפֿטלעכע קאָרעספּאָנדענץ איז געװאָרן צוטריטלעך פֿאַר פֿאָרשער ערשט ניט לאַנג צוריק, און זי האָט אַנטפּלעקט אַ סך נײַע פּרטים װעגן זײַן קאָמערץ.

אָבער חוץ זײַן משפּחה, אָפּשטאַם און פּרנסה, האָט בערענסאָנס לעבן געהאַט נאָך אײן װיכטיקן ייִדישן אַספּעקט, װאָס װערט קױם באַרירט אין כּהנס ביאָגראַפֿיע. ער איז געװען גוט באַהאַװנט אין תּלמוד און אָנגעשריבן זײַן גראַדויִר־טעזיס אין האַרװאַרד אױף דער טעמע פֿון „תּלמודיש־רבנישער עסכאַטאָלאָגיע‟. נאָך מער מערקװירדיק איז זײַן אַרטיקל װעגן דער מיטצײַטיקער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, װאָס איז אַרױס אױף ענגליש אינעם זשורנאַל „אַנדאָװער רעװיו‟ אין 1888. דאָס איז אײנע פֿון די סאַמע ערשטע זאַכלעכע איבערזיכטן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור אױף ענגליש. כּהן דערמאָנט, אַז בערענסאָן האָט דעם דאָזיקן אַרטיקל אָנגעשריבן אין פּאַריז אין סאַמע אָנהײב פֿון זײַן אײראָפּעיִשער רײַזע, אָבער זי האָט גאָר ניט געזאָגט װעגן דעם באַטײַט פֿון זײַן קריטיק.

בערענסאָנס אַרטיקל איז אין 2012 איבערגעדרוקט געװאָרן אינעם זשורנאַל „ייִדיש‟, צוזאַמען מיטן אַבֿרהם־אַהרן ראָבאַקס עסײ װעגן בערענסאָן און זײַן אינטערעס צו ייִדיש (צום באַדױערן, װערט ראָבאַקס עסײ ניט דערמאָנט אין כּהנס ביבליאָגראַפֿיע). בערענסאָן מאַכט אַ פּרוּװ צו דערקלערן דעם אַמעריקאַנער לײענער דעם „מהות‟ פֿון רוסישע ייִדן, װאָס האָבן פֿאַרפֿלײצט די גרױסע אַמעריקאַנער שטעט. צוליב דעם, זאָגט ער, דאַרף מען אַרײַנקוקן אין זײער ליטעראַטור. עס איז קלאָר פֿונעם אַרטיקל, אַז בערענסאָן האָט איבערגעלײענט אַ היפּש ביסל ייִדישע און העברעיִשע ביכער. ער לױבט אַבֿרהם מאַפּוס „אַהבֿת־ציון‟ פֿאַר דער רײנער שפּראַך און דעם ראָמאַנטישן כּוח־הדימיון, און פּרץ סמאָלענסקינען — פֿאַר אױסמאָלן אַ פּסיכאָלאָגישן פּאָרטרעט פֿונעם נײַעם דור ייִדישער אינטעליגענץ.

פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור טײלט ער אױס יצחק דינעזאָנס ראָמאַן „דער שװאַרצער יונגערמאַנטשיק‟ צוליב דעם לעבעדיקן הומאָר און געשפּאַנטן סיפּור־המעשׂה. ער דערמאָנט לינעצקין און ספּעקטאָר, אָבער ער פּלאָנטערט ראַבינאָװיטשן (שלום–עליכם) מיט אַבראַמאָװיטשן (מענדעלע מוכר־ספֿרים). און צום סוף, זאָגט בערענסאָן אַרויס זײַן פּסק: ייִדישע ליטעראַטור האָט ניט קײן צוקונפֿט, װײַל אין גיכן װעלן די רוסישע ייִדן זיך אױסלערנען רוסיש און „זײערע שריפֿטן װעלן ווערן אַ טײל פֿון דער רוסישער ליטעראַטור‟.

מיר מעגן ניט מסכּים זײַן מיט בערענסאָנס אױספֿיר, אָבער זײַן אַרטיקל װײַזט, אַז ער איז געװען אַן אױפֿמערקזאַמער און שאַרפֿזיניקער קריטיקער פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור אין זײַן צײַט; און שפּעטער האָט ער זיך שױן צו דער דאָזיקער טעמע ניט געװאָנדן.