„ישׂראל־פּריז‟ פֿאַר אַן „אַלצהײַמער‟-רפֿואה

Israel Prize for Alzheimer's Drug

פּראָפֿעסאָרין מאַרטאַ ווײַנשטאָק־ראָזין
Marta Weinstock-Rosin
פּראָפֿעסאָרין מאַרטאַ ווײַנשטאָק־ראָזין

Published May 01, 2014, issue of May 23, 2014.

די פּענסיאָנירטע פּראָפֿעסאָרין מאַרטאַ ווײַנשטאָק־ראָזין, אַ פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה, האָט אין די 1990ער יאָרן געשאַפֿן אַ רפֿואה, וואָס איז הײַנט געוואָרן אַ פֿאַרשפּרייטער מיטל קעגן דעם אַלצהײַמער־ און פּאַרקינסאָן־סינדראָם. דער מעדיקאַמענט, וואָס הייסט ריוואַסטיגמין, סטימולירט דעם מוח פֿונעם פּאַציענט און העלפֿט אים צו בלײַבן בײַם קלאָרן באַוווּסטזײַן. אויפֿן פֿאַרמאַצעווטישן מאַרק איז דער דאָזיקער מיטל באַקאַנט ווי עקסעלאָן.

נישט לאַנג צוריק, האָט מען באַשלאָסן, אַז ווײַנשטאָק־ראָזין איז די הײַיאָריקע געווינערין פֿון דער „ישׂראל־פּרעמיע‟ אין מעדיצין — דעם פּרעסטיזשפֿולן ישׂראלדיקן פּריז, וואָס ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי דער וויכטיקסטער אינעם לאַנד. די פּרעמיע ווערט צוגעטיילט יעדעס יאָר, אינמיטן דעם „יום־העצמאות‟, בעת אַ כּבֿוד־צערעמאָניע, אין וועלכער ס׳באַטייליקן זיך דער פּרעמיער־מיניסטער, פּרעזידענט, דער פֿאָרזיצער פֿון דער כּנסת און דער פּרעזידענט פֿונעם העכסטן געריכט.

אויפֿן סמך פֿון די פֿאָרשונגען, אָנגעפֿירט פֿון ווײַנשטאָק־ראָזינס, האָט מען געשאַפֿן דעם איינציקן מיטל קעגן דעם אַלצהײַמער־סינדראָם, וואָס די אַמעריקאַנער „אַדמיניסטראַציע פֿאַר מעדיצין און שפּײַז‟ האָט דערלויבט אַרויפֿצולייגן אויף דער הויט פֿון די קראַנקע. אַחוץ דער הילף במשך פֿון דער פֿריִיִקער און מיטל־סטאַדיע פֿון דער מחלה, האָט די טעראַפּיע געגעבן די וויסנשאַפֿטלער אַרום דער וועלט אַ האָפֿענונג צו שאַפֿן אַ רפֿואה, וואָס וועט אינגאַנצן אָפּשטעלן די אַנטוויקלונג פֿונעם „אַלצהײַמער‟. הגם מע ווייסט נאָך אַלץ נישט קיין פֿולע רפֿואות קעגן דעם אַלצהײַמער־סינדראָם, האָט די אַנטדעקונג פֿון ריוואַסטיגמין געוויזן, אַז די דאָזיקע קראַנקייט קאָן מען יאָ באַקעמפֿן.

מאַרטאַ ווײַנשטאָק־ראָזין איז געבוירן געוואָרן אין ווין, אינעם יאָר 1935. זײַענדיק אַ פֿיר־יאָריק מיידל, איז זי אַנטלאָפֿן מיט איר משפּחה פֿון די נאַציס קיין ענגלאַנד, וווּ זי האָט געוווינט 30 יאָר. אינעם יאָר 1969, האָט זי זיך אַריבערגעקליבן מיט איר מאַן און קינדער קיין ישׂראל, און זיך אָנגעשלאָסן אינעם מעדיצינישן אינסטיטוט בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. שפּעטער האָט זי געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָרין בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, און אָנגעפֿירט, זינט 1983, מיטן דאָרטיקן אָפּטייל פֿון פֿאַרמאַקאָלאָגיע. זי האָט געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אויך אינעם שאַפֿן אַן אַנדער מיטל קעגן דעם „אַלצהײַמער‟, לאַגאָסטיגיל, צוזאַמען מיטן פּראָפֿעסאָר מוסאַ יודים פֿונעם חיפֿהר „טכניון‟.