„פֿאָרבס‟: ישׂראלדיקער עקאָנאָמישער „בום‟ וועט פּלאַצן

Forbes Analyst: Israel's Economic Boom Destined to Pop

דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר האָט „פֿייסבוק‟ אָפּגעקויפֿט די ישׂראלדיקע פֿירמע Whatsapp פֿאַר 19 ביליאָן דאָלאַר.
דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר האָט „פֿייסבוק‟ אָפּגעקויפֿט די ישׂראלדיקע פֿירמע Whatsapp פֿאַר 19 ביליאָן דאָלאַר.

פֿון „האָרץ‟

Published May 01, 2014, issue of May 23, 2014.

דער עקאָנאָמישער „בום‟ אין ישׂראל איז נישט מער ווי אַ „זייפֿן־בלעזל‟, וואָס וועט זיכער פּלאַצן, און דערבײַ צעשטערן די הײַזער־, טעכנאָלאָגיע און גאַז-בויערײַ סעקטאָרן, האַט דער עקאָנאָמיסט דזשעסי קאָלאָמבאָ געשריבן דינסטיק אין דעם געשעפֿט־זשורנאַל „פֿאָרבס‟.

„צום באַדויערן, איז דער ישׂראלדיקער ׳בום׳ נישט אַזאַ נס, ווי מע מיינט, נאָר גיכער אַ ׳זייפֿן־בלעזל׳, אַזוי ווי די אַנדערע אויפֿגעבלאָזענע עקאָנאָמיעס, וואָס האָבן גורם געווען דעם פֿינאַנציעלן קריזיס,‟ האָט קאָלאָמבאָ געשריבן.

די „לאָנדאָן טײַמס‟ האָט נישט איין מאָל געלויבט קאָלאָמבאָ פֿאַר האָבן פֿאָרויסגעזאָגט דעם גלאָבאַלן פֿינאַנציעלן קריזיס.

„דאָס ישׂראלדיקע ׳בלעזל׳ וועט מסתּמא פּלאַצן, ווען ס׳וועט אויסזען, אַז די גלאָבאַלע עקאָנאָמיע הייבט אָן זיך שטעלן אויף די פֿיס, און די גלאָבאַלע און אָרטיקע צינדזנקורסן וועלן אָנהייבן שטײַגן,‟ שרײַבט קאָלאָמבאָ. דעמאָלט וועלן די פּרײַזן פֿון הײַזער אין ישׂראל אָנהייבן פֿאַלן; מע וועט זען אַ כוואַליע פֿון „סטאַרט־אָפּ‟־פֿעלערן, און באַנקען וועלן פֿאַרלירן געלט פֿון זייערע היפּאָטעק־פּאָרטפֿעלן. נאָך דעם וועלן די בערזע־פּרײַזן פֿון די טעכנאָלאָגיע־ און באַנק־אַקציעס ספּעציעל לײַדן, און דערבײַ אַראָפּברענגען די גאַנצע בערזע. דערצו וועט שטײַגן די אַרבעטלאָזיקייט, און דער ביז־איצטיקער עקאָנאָמישער וווּקס וועט אָנהייבן „גיין אויף צוריק‟.

קאָלאָמבאָ האָט פֿריִער געהאַט געוואָרנט וועגן די וואַקסנדיקע „זייפֿן־בלעזלעך‟ אין כינע, קאַנאַדע און אויסטראַליע.

זינט 2006 איז דער פּרײַז פֿון וווינונגען אין ישׂראל געוואַקסן גיכער פֿון אַלע אַנדערע אַנטוויקלטע לענדער, שרײַבט קאָלאָמבאָ, און במילא אַ סך גיכער ווי די הכנסה פֿונעם דורכשניטלעכן אײַנוווינער. „אין תּל־אָבֿיבֿ באַטרעפֿט דאָס דירה־געלט אַן אומגלייבלעכער 56% פֿון די דורכשניטלעכע שׂכירות,‟ האָט ער באַמערקט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.