אין דער וועלט פֿון ייִדישער מוזיק

In the World of Yiddish Music

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published May 02, 2014, issue of May 23, 2014.

גולם: „טאַנץ‟

די „פּאָנק‟־קלעזמער קאַפּעליע „גולם‟.
די „פּאָנק‟־קלעזמער קאַפּעליע „גולם‟.

מאָנטיק, דעם 13טן מײַ, וועט די „פּאָנק־קלעזמער‟ קאַפּעליע „גולם‟ אַרויסלאָזן אַ נײַעם קאָמפּאַקטל „טאַנץ‟ (Tanz) דורך דער מעקסיקאַנער פּליטע־פֿירמע „דיסקאָס קאָראַסאָן‟ (Discos Corason). די פֿירמע גיט זיך געוויינטלעך אָפּ מיט דער טראַדיציאָנעלער מעקסיקאַנער מוזיק, אָבער האָט אויך פֿאַרעפֿנטלעכט אַלבאָמען פֿון מוזיק־גרופּעס, וואָס שפּילן אַ געמיש פֿון מעקסיקאַנער און באַלקאַנישער מוזיק. „טאַנץ‟ וועט זײַן אָבער „דיסקאָס קאָראַסאָנס‟ ערשטער אַלבאָם פֿון אַ קלעזמער־קאַפּעליע.

דער נײַער אַלבאָם איז ניט נאָר אַנדערש פֿון „גולמס‟ פֿריִערדיקע אַלבאָמען צוליבן נײַעם „לייבל‟, נאָר אויך צוליב דעם אויסקלײַב פֿון לידער. בעת די לעצטע 14 יאָר, אין וועלכע די פּאָפּולערע ניו־יאָריקער קאַפּעליע האָט געשפּילט איבער דער גאַנצער וועלט, זענען ס׳רובֿ פֿון „גולמס‟ לידער געווען נײַע גילגולים פֿון באַקאַנטע צי ווייניק באַקאַנטע ייִדישע לידער, געזונגען, געוויינטלעך, סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף ענגליש. אַקעגן זייער פֿריִערדיקן רעפּערטואַר זענען אָבער ס׳רובֿ פֿון די לידער אויפֿן נײַעם אַלבאָם „טאַנץ‟ אַליין־געשאַפֿענע לידער. דאָס ליד „טאַנץ‟, למשל, דערציילט וועגן דעם אומגעוויינטלעכן לעבנס־וועג פֿון ראָנאַן בלום.

בלום איז געווען אַ כעלעמער ייִד, וועלכער נאָכן פֿאַרלירן זײַן ווײַב און קינד אינעם חורבן, האָט זיך באַזעצט אין אַמעריקע. פֿאַראַיאָרן איז ער געשטאָרבן צו 97 יאָר און האָט איבערלאָזט אַ נחלה פֿון 40 מיליאָן דאָלאַר אָן אַ צוואָה. אַן אַנדער ליד „באָדן אין מיקווה‟ דערציילט פֿון אַ פֿרוי, וואָס באָדט זיך אָפּ אין אַ מיקווה און בשעת־מעשׂה פֿאַנטאַזירט זיך וועגן אַן אינטימער נאָענטשאַפֿט מיט איר מאַן.

דער סטיל פֿונעם אַלבאָם וועט זיכער צופֿרידנשטעלן די לאַנג־יאָריקע אָנהענגער פֿון „גולם‟. די לידער זענען פּונקט אַזוי לעבעדיק, ענערגעטיש און צומאָל באמת ווילד ווי אויף זייערע פֿריִערדיקע אַלבאָמען. אָבער ווי שטענדיק מיט „גולם‟, כאָטש ס׳קען זיך צומאָל אויסדאַכטן, אַז אַ געוויסער טייל פֿון אַ ליד איז ווי אַ באַן, וואָס האַלט זיך בײַם גליטשן אַראָפּ פֿון די רעלסן, - קען מען פֿאָרט דערהערן, אַז די גאָר טאַלאַנטירטע מוזיקער האַלטן זיך פֿעסט בײַם רודער, און אַלץ איז בײַ זיי באמת אין אָרדענונג. כאָטש מע קען צומאָל פֿאַרגעסן צו וואָסער סטיל געהערט זייער מוזיק צוליב דעם ווילדן „פּאָנק‟־סטיל, זענען די מוזיקער גאַנץ געניטע פֿאָרשטייער פֿון דער טראַדיציאָנעלער קלעזמער־מוזיק, וועלכע פֿאַרלירן ניט דעם אויטענטישן טעם פֿונעם מקור, ווען זיי מישן אַרײַן נײַע מאָדערנע השפּעות.

אינפֿאָרמאַציע וועגן „גולם‟ קען מען געפֿינען בײַ http://golemrocks.com. כּדי צו זען אַ נײַעם מוזיק־ווידעאָ פֿונעם ליד „פֿריידעלע‟ באַזוכט



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.