וואָס וועט געשען מיטן „לייוויק־הויז‟?

Uncertain Future for the Venerable “Leyvik-House”

דאָס „לייוויק־הויז‟ אין תּל־אָבֿיבֿ
דאָס „לייוויק־הויז‟ אין תּל־אָבֿיבֿ

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published May 04, 2014, issue of May 23, 2014.

די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם „לייוויק־הויז‟, דער יאָרן־לאַנגער צענטער פֿון ייִדישע שרײַבער אין ישׂראל, מוז אין גיכן אָננעמען אַ וויכטיקן באַשלוס וועגן דער צוקונפֿט פֿונעם פּרעכטיקן דרײַ־שטאָקיקן בנין, וואָס געפֿינט זיך אינעם האַרץ פֿון תּל־אָבֿיבֿ. יעדעס יאָר דאַרף די אָרגאַניזאַציע באַצאָלן בערך 100,000 שקל שטײַערן פֿאַרן בנין — אַ סומע, וואָס זי איז פּשוט נישט מסוגל מער צו באַצאָלן.

די ישׂראלדיקע פּרעמיערין גאָלדע מאיר בעת דעם חנוכּת־הבית פֿונעם „לייוויק־הויז‟ אין 1970
Forward Association
די ישׂראלדיקע פּרעמיערין גאָלדע מאיר בעת דעם חנוכּת־הבית פֿונעם „לייוויק־הויז‟ אין 1970

זינט די 1960ער איז דאָס „לייוויק־הויז‟ דער אַדרעס פֿונעם „פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל‟ און פֿונעם „ה. לייוויק פֿאַרלאַג‟. אין 1970 האָט די אָרגאַניזאַציע זיך אַרײַנגעצויגן אינעם איצטיקן בנין דורך דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון מנדבֿים אין ישׂראל און אין אויסלאַנד. אויפֿן חנוכּה־הבית זענען טאַקע בײַגעווען די דעמאָלטדיקע ישׂראלדיקע פּרעמיערין, גאָלדע מאיר; דער תּל־אָבֿיבֿער בירגערמײַסטער יהושע ראַבינאָוויטש, און אַ צאָל אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער, ווי מרדכי צאַנין און אַבֿרהם סוצקעווער.

הגם די צימערן אין „לייוויק־הויז‟ האָבן אַ מאָל געשפּרודלט מיט ייִדיש — בפֿרט יעדן פֿרײַטיק אינדערפֿרי, ווען די שרײַבער פֿלעגן זיך פֿאַרזאַמלען צו שמועסן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און דער מערכה פֿון ייִדיש אין ישׂראל בכלל, הערט מען דאָרט הײַנט זעלטן אַ ייִדיש וואָרט, האָט ישׂראל רודניצקי, דער אַמאָליקער סעקרעטאַר פֿונעם שרײַבער־פֿאַראיין, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟: „הײַנט זענען דאָ נישט מער ווי 14 חבֿרים, וואָס זענען נאָך ממשיך צו שרײַבן אין ייִדיש, און אַ העלפֿט פֿון זיי זענען אין די 90ער.‟

כאָטש דער איצטיקער דירעקטאָר פֿון „לייוויק־הויז‟, דניאל גלאַי, אַ קאָמפּאָזיטאָר און פּאָעט, אָרגאַניזירט דאָרט אונטערנעמונגען, ווי, למשל, לעקציעס פֿון ייִדישער ליטעראַטור און קאָנצערטן פֿון קלעזמער־מוזיק, ברענגט עס אַרײַן ווייניק הכנסה.

ביז לעצטנס איז יעדעס יאָר כאָטש אַרײַנגעקומען אַ סובסידיע פֿונעם „אַבֿרהם לערנער־פֿאָנד פֿאַר ייִדיש אין ישׂראל‟, אָבער מיט צוויי יאָר צוריק האָט זיך דאָס געלט פֿון דער פֿונדאַציע פֿאַרענדיקט, און דאָס „לייוויק־הויז‟ איז געבליבן אָן הכנסה בכלל.