נתניהו ווערט פֿאַרדאַמט בעתן הזכּרה־אויפֿטריט

Netanyahu Heckled at Ceremony

נתניהו טרעט אויף מיט אַ הזכּרה־רעדע דעם 5טן מײַן אויפֿן הר־הרצל
Getty Images
נתניהו טרעט אויף מיט אַ הזכּרה־רעדע דעם 5טן מײַן אויפֿן הר־הרצל

Published May 05, 2014, issue of May 23, 2014.

אַ צאָל ישׂראלדיקע משפּחות האָבן פֿאַרדאַמט דעם פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, בעת דער אָפֿיציעלער הזכּרה־צערעמאָניע אינעם יום־הזכּרון מאָנטיק נאָכמיטאָג, דעם 5טן מײַ. נתניהו איז אויפֿגעטראָטן אויפֿן הר־הרצל, וווּ עס געפֿינט זיך דער נאַציאָנאַלער ישׂראלדיקער מעמאָריאַלער בית־עולם, מיט אַ רעדע אין אָנדענק די קרבנות פֿון טעראָריזם. אַ סך מענטשן זענען דעמאָנסטראַטיוו אַוועקגעגאַנגען, און אַ צאָל משפּחות האָבן אָנגעהויבן שרײַען אויפֿן פּרעמיער און פֿאָכן מיט רויטע פֿאָנען בײַם אָנהייב פֿון נתניהוס רעדע.

די פּראָטעסטירנדיקע זענען געווען אויפֿגעבראַכט מיט דעם, וואָס אין שײַכות מיט די דורכגעפֿאַלענע שלום־פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, אָרגאַניזירט מיט דער הילף פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע, האָט מען באַפֿרײַט מער ווי 80 פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן, וואָס זענען געווען פֿאַרמישט אין טעראָר־אַטאַקן.

די ישׂראלדיקע פּרעסע האָט איבערגעגעבן, אַז איין מענטש האָט געשריגן אויפֿן פּרעמיער: „איר באַפֿרײַט די אומברענגער פֿון אונדזערע קינדער‟. דער פּרעמיער האָט דערקלערט די שרײַענדיקע קריטיקער, אַז די באַפֿרײַונג פֿון די טעראָריסטן איז געווען אַ שווערער און לאַוו־דווקא אַ יושרדיקער באַשלוס; „יעדער פֿאַרשטייט עס‟. פֿונדעסטוועגן, האָט מען געמוזט עס טאָן.

נתניהו האָט צוגעגעבן, אַז דער קאָמפּליצירטער מצבֿ אינעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן האָט געשאַפֿן אַ סיטואַציע, אין וועלכער די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט געמוזט במשך פֿון די לעצטע 40 יאָר אָננעמען פֿאַרשיידענע שווערע און אומבאַקוועמע באַשלוסן. דער פּרעמיער האָט באַגריסט „דעם בראַוון קעמפֿערישן גײַסט‟ פֿון זײַנע קריטיקער און באַמערקט, אַז ער האָט פֿון פֿריִער געוווּסט, אַז זיי וועלן זיך באַווײַזן אויף דער צערעמאָניע.

נאָך דער צוויי־מינוטיקער הזכּרה־סירענע, בעת וועלכער די ישׂראלים שטעלן אָפּ אַלע זייערע עסקים און שטייען שטיל, כּדי מזכּיר צו זײַן די אומגעקומענע סאָלדאַטן און קרבנות פֿון טעראָריזם, זענען אַ צאָל מעמאָריאַלע אונטערנעמונגען דורכגעפֿירט געוואָרן אויף די ישׂראלדיקע מיליטערישע בית־עולמס. הײַיאָר האָט מען איבערגעגעבן, אַז די צאָל קרבנות פֿון מלחמות און טעראָר, אָנהייבנדיק פֿון 1860, באַטרעפֿט 23,169 נפֿשות.