ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published May 07, 2014, issue of May 23, 2014.

טרויער־אַקאַדעמיעס לזכּרון די אומגעבראַכטע

אין רוסלאַנד האָט מען דערמאָנט די פֿאַרשטאָרבענע אינעם חורבן. אין דער שטאָט ראָסטאָוו־אויף־דאָן, אין זמיעווסקע באַלקע, וווּ אין אויגוסט 1942 זענען דערשאָסן געוואָרן 27 טויזנט מענטשן, דאָס רובֿ ייִדן, איז דעם 29סטן אַפּריל געעפֿנט געוואָרן אַ מעמאָריאַל־שילד. דעם 8טן מײַ וועט אַ ייִדישע דעלעגאַציע אויך אַרויפֿלייגן בלומען־קרענץ צו דעם „אייביקן פֿײַער‟ לעבן קרעמל.

הרבֿ בערל לאַזאַר באַלוינט מיט אַן אָרדן

פֿון די צוויי הויפּט־רבנים אין רוסלאַנד נעמט אָנטייל אין ביידע צערעמאָניעס דער חב״ד־רבֿ בערל לאַזאַר. דאָס איז אַ סימן פֿון ווײַטערער דערנענטערונג פֿון דער מלוכה און דעם חב״ד. דעם 1טן מײַ האָט דער פּרעזידענט פּוטין באַלוינט לאַזאַרן מיטן אָרדן „פֿאַר פֿאַרדינסטן פֿאַרן פֿאָטערלאַנד‟, 4טע מדרגה.

אַ קבלת־פּנים לכּבֿוד דעם אומאָפּהענגיקייט־טאָג פֿון ישׂראל

דעם 5טן מײַ האָט מען דורכגעפֿירט אַ קבלת־פּנים לכּבֿוד דעם אומאָפּהענגיקייט־טאָג פֿון ישׂראל. אינעם זאַל „אַמבער־פּלאַזאַ‟ איז פֿאָרגעקומען אַ צערעמאָניע לזכר די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, וואָס זענען אומגעקומען אין דער מלחמה פֿאַר אומאָפּהענגיקייט און אַ קאָנצערט. אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט וויכטיקע געסט, צווישן זיי — די אַמבאַסאַדאָרין פֿון מדינת־ישׂראל דורית גאָלענדער און די אָרגאַניזאַציע „תּורה מציון‟, וואָס איר רבֿ איז דווקא דער אַנדערער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלאַנד, אַדאָלף שאַיעוויטש.

קאָנפֿערענץ אָרגאַניזירט פֿון „אָרט‟

אַן עקספּאָנאַט אויף דער „אָרט”־קאָנפֿערענץ אין יעקאַטערינבורג
אַן עקספּאָנאַט אויף דער „אָרט”־קאָנפֿערענץ אין יעקאַטערינבורג

אין יעקאַטערינבורג, אַ גרויסע שטאָט אין אוראַל, איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ פּעדאַגאָגישע קאָנפֿערענץ, געווידמעט ראָבאָטאָטעכניק, און ווי אַזוי עס צו לערנען מיט די שול־תּלמידים. איינער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן איז געווען די שול־סיסטעם „אָרט‟. צווישן די רעפֿערענטן וועגן ראָבאָטאָטעכניק און קאָמפּיוטערײַ זענען אויפֿגעטראָטן עטלעכע לערערס פֿון די מאָסקווער, סאַמאַרער און יעקאַטערינבורגער ייִדישע שולן, וואָס געהערן צו דער „אָרט‟־סיסטעם. די תּלמידים פֿון די „אָרט‟־שולן האַלטן אויף אַ הויכן ניוואָ אין קאָמפּיוטערײַ און אינפֿאָרמאַטיק.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.