ר׳ מאָטל, דער מאָסקװער שוחט און מוהל

Reb Motl, the Shochet and Mohel of Moscow

ברוך מרדכי ליפֿשיץ (רעכטס), מאַרינאַ־ראָשטשאַ, 1991
ברוך מרדכי ליפֿשיץ (רעכטס), מאַרינאַ־ראָשטשאַ, 1991

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published May 08, 2014, issue of May 23, 2014.

די געשיכטע פֿון ייִדישקײט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד װאַרט נאָך אַלץ אױף איר היסטאָריקער. מיט דער צײַט באַװײַזן זיך נײַע מקורים און גבֿית־עדות, װאָס דערגאַנצן דורך פּרטים דאָס באַקאַנטע בילד פֿון גזירות, רדיפֿות און גבֿורה. אַזאַ מין װערטפֿולער נײַער מקור, װאָס װעט אומבאַדינגט צוניץ קומען די קומעדיקע היסטאָריקער, זײַנען די זכרונות פֿון ר׳ מאָטל ליפֿשיץ, ז״ל, וואָס האָט כּמעט 30 יאָר געדינט װי דער „אָפֿיציעלער‟ מאָסקװער שוחט און מוהל.

ר׳ מאָטל, אָדער ברוך מרדכי ליפֿשיץ, האָט דורכגעמאַכט אַ לאַנג און רײַך לעבן. ער איז געבױרן געװאָרן אין 1916, אין אַ קיִעווער חסידישער משפּחה פֿון דער אָרעמער געגנט פּאָדאָל. זײַן יוגנט איז צונױפֿגעפֿאַלן מיט דער ערשטער תּקופֿה פֿון דער סאָװעטישער מאַכט. אין די 1920ער יאָרן זײַנען אין קיִעװ, און בפֿרט אױף פּאָדאָל, נאָך געװען אַ היפּשע צאָל שילן. עס זײַנען אױך געװען געהײמע מקװאָות, חדרים און ישיבֿות. ר׳ מאָטל דערצײלט: „מען קאָן זיך ניט משער זײַן די מדרגה פֿון מסירת־נפֿש פֿון יענע ייִדן, װאָס האָבן זיך גענומען צו לערנען ייִדישע קינדער תּורה, בפֿרט די מלמדים אין ׳אונטערערדישע׳ חדרים‟. דאָס איז געװען אַ װעג דירעקט צום טױט־אורטײל, בפֿרט װען די ׳אָרגאַנען׳ [סאָװעטישע געהײם־פּאָליצײ] האָבן געכאַפּט דעם ׳פֿאַרברעכער׳ אױפֿן אָרט, דאָס הײסט, בעת זײַן שיעור אין חדר.‟

די נעץ פֿון געהײמע חדרים און ישיבֿות אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז אָרגאַניזירט געװאָרן דורך חב״ד אונטער דער השגחה פֿונעם דעמאָלטיקן ליובאַװיטשער רבי ר׳ יוסף־יצחק. אַזױ אַרום איז דער יונגער מאָטל ליפֿשיץ געװאָרן אַ חב״דניק. אין פֿאַרגלײַך מיט קלענערע שטעט און שטעטלעך, האָט קיִעװ געהאַט מער פֿרײַהײט פֿאַר אונטערערדישער ייִדישער טעטיקײט. „דאָס אױפֿלעבן פֿון קיִעװער חב״ד האָט זיך אָנגעהױבן נאָך דעם, װי אַהין איז אַריבער ר׳ בנימין אליהו האָראָדעצקי אין 1926‟, דערמאָנט זיך ר׳ מאָטל. אין צװײ יאָר אַרום האָט זיך קײן קיִעװ אַריבערגעקליבן אױך די ישיבֿה „תּומכי תּמימים‟ פֿון נעװעל לעבן װיטעבסק. „די בחורים אין דער דאָזיקער ישיבֿה זײַנען געװען מתמידים און עובֿדים‟, אָבער אין 1933 האָבן די קאָמוניסטן די ישיבֿה פֿאַרמאַכט. צום גליק, האָבן די בחורים באַװיזן צו אַנטלױפֿן דורך די פֿענצטער.

די זכרונות, װאָס זײַנען פֿאַרשריבן אױף ייִדיש און פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער רוסישער איבערזעצונג אינעם מאָסקװער זשורנאַל „לחיים‟, פֿאַרמאָגן אַ סך אינטערעסאַנטע לעבעדיקע פּרטים. װען דער בחור מאָטל ליפֿשיץ איז געשטאַנען פֿאַרן פּריזיװ אין דער רױטער אַרמײ, האָט ער זיך געלאָזט װאַקסן אַ באָרד. דעמאָלט איז דאָס געװען אַ מין חוצפּה פֿאַר אַ סאָװעטישן יונגערמאַן, און מען האָט אים געהײסן די באָרד אָפּגאָלן. ער האָט דערקלערט, אַז ער איז אַ פֿרומער ייִד, און פֿאַר דעם האָט מען אים טאַקע באַפֿרײַט פֿון דער רעגולערער דינסט אױפֿן סמך פֿון זײַנע רעליגיעזע גלױבענישן!