ספֿרדישע בקשות

Sephardic Bakashot

די באַגעגעניש פֿון בקשות־זינגער אין מאַנהעטן, דעם 29סטן מאַרץ
Talia Bloch
די באַגעגעניש פֿון בקשות־זינגער אין מאַנהעטן, דעם 29סטן מאַרץ

פֿון טאַליאַ בלאָך (ייִט״אַ)

Published May 08, 2014, issue of May 23, 2014.

אַ גרופּע יונגע ייִדישע זינגער און מוזיקאַנטן האָט זיך געטראָפֿן אין אַ ניו־יאָרקער דירה, אינעם אויבער־מערבֿדיקן טייל פֿון מאַנהעטן, כּדי אָנטיילצונעמען אינעם ווידערגעבורט פֿון דער ספֿרדישער מוזיקאַלישער קולטור, זיך דערמאָנענדיק וועגן זייערע באָבע־זיידעס. די באַטייליקטע האָבן באַגריסט איינער דעם צווייטן אויף פֿראַנצויזיש און זיך אויסגעזעצט אַרום אַן וואַרמעס־טיש מיט נאַשערײַען און פֿלעשער פֿון אַראַק.

די באַגעגעניש איז געווען געווידמעט די טראַדיציאָנעלע ספֿרדישע בקשות — אַ באַזונדערער קלאַס פֿון תּפֿילות, וואָס ייִדן פֿלעגן זינגען מיט אַ געוויסן ניגון אין צפֿון־אַפֿריקע און אויפֿן מיטל־מיזרח. צווישן די ספֿרדים פֿון די לעצטע צוויי דורות איז אָבער די דאָזיקע טראַדיציע פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.

געוויינטלעך, זינגט מען די בקשות אין שיל, שבת גאַנצפֿרי פֿאַרן שחרית, במשך פֿונעם פּעריאָד פֿון סוכּות ביז פּסח. מאָני אַבערזשעל, וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן אין קאַסאַבלאַנקע, מאַראָקאָ, האָט דערקלערט, אַז „נײַנציק פּראָצענט פֿון די קלאַסישע ספֿרדישע שיל־ניגונים זענען באַגרינדעט אויף די בקשות‟. יעדער מאַראָקאַנער ייִד, האָט ער צוגעגעבן, איז באַקאַנט מיט די מעלאָדיעס, הגם ער קאָן אַפֿילו נישט וויסן בכלל וועגן דעם דאָזיקן זשאַנער פֿון די תּפֿילות.

פֿיר זינגער, מאַראָקאַנער ייִדן אין זייערע 20ער און 30ער, אַרײַנגערעכנט אַבערזשעל, טרעפֿן זיך יעדע וואָך אין ניו־יאָרק, צוזאַמען מיט זייערע משפּחות, כּדי אויסצולערנען די טראַדיציאָנעלע בקשות. דער גרינדער פֿון דער גרופּע, סאַשאַ אוזאַנאַ, באַגלייט דאָס זינגען מיט אַ דאַרבוקאַ — דער טראַדיציאָנעלער מיזרחדיקער פּויק.

ס׳רובֿ באַטייליקטע אין דער אונטערנעמונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 29סטן מאַרץ, זענען מיטגלידער פֿון דער ספֿרדישער שיל אין „וועסט־סײַד‟ — מערבֿ־מאַנהעטן. אַ סך מתפּללים, וואָס זייערע משפּחות שטאַמען פֿון צפֿון־אַפֿריקע, זענען געבוירן געוואָרן אין פֿראַנקרײַך, און האָבן זיך במשך פֿון די לעצטע צען באַזעצט אין ניו־יאָרק. אוזאַנאַ איז, צום בײַשפּיל, אויפֿגעוואַקסן אין אַ פּאַריזער פֿאָרשטאָט און דינט איצט ווי דער חזן אין דער דאָזיקער שיל.

דער גרופּע־גרינדער האָט דערציילט, אַז ער האָט אָנגעהויבן זיך באַקענען מיט חזנות, ווען ער איז געווען אַ 5־יאָריק ייִנגל. ער האָט אָבער צום ערשטן מאָל דערהערט די ספֿרדישע בקשות נאָכן באַזוכן סטראַסבורג אין דער יוגנט. איידער ער האָט געשאַפֿן די איצטיקע ניו־יאָרקער גרופּע, אינעם יאָר 2011, האָט ער במשך פֿון אַ צענדליק יאָר געזאַמלט דעם מאַטעריאַל און שטודירט דעם זשאַנער.

אַ סך בקשות זענען באַגרינדעט אויף די פּיוטים, וואָס די מיטל־עלטערלעכע שפּאַניש־ייִדישע פּאָעטן האָבן געשאַפֿן אויף לשון־קודש. די טראַדיציע איז אַנטוויקלט געוואָרן אינעם 16סטן און 17סטן יאָרהונדערט, צוליב דער השפּעה פֿון די צפֿתער מקובלים. די ניו־יאָרקער גרופּע זינגער פֿאָקוסירט זיך אויף די קלאַסישע מעלאָדיעס, וואָס שטאַמען פֿון שפּאַניע. הרבֿ דניאל בוסקילאַ, דער דירעקטאָר פֿונעם „ספֿרדישן בילדונג־צענטער‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט איבערגעגעבן, אַז אַ צאָל אַנדערע גרופּעס אין אַמעריקע פֿאַרנעמען זיך מיט דער מאַראָקאַנער טראַדיציע פֿון שיל־נגינה.