אייראָפּעיִשע רעוויזיע קאָן ראַמאַלאַ קאָסטן טײַער

EU Audit Could Become Problem for Ramallah

דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, מאַכמוד אַבאַס (רעכטס), מיטן פּרעזידענט פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, מאַרטין שולץ, דעם 10טן פֿעברואַר 2014, אין ראַמאַלאַ
Issam Rimawi/Flash 90
דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, מאַכמוד אַבאַס (רעכטס), מיטן פּרעזידענט פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, מאַרטין שולץ, דעם 10טן פֿעברואַר 2014, אין ראַמאַלאַ

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published May 08, 2014, issue of May 23, 2014.

זינט עס האָבן זיך איבערגעריסן די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, האָט דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד אָנגעהויבן האַלטן אַ שאַרף אויג אויף דער טיפֿער קאָרופּציע אין דער אינסטאַנץ.

דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד, וועלכער איז דער גרעסטער געלט־געבער צו דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, האָט זינט 1974 איבערגעשיקט קיין ראַמאַלאַ 7.7 ביליאָן דאָלאַר.

דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער האָט דאָס „אייראָפּעיִשע געריכט פֿון רעוויזאָרן‟ געמאָלדן, אַז די פּאַלעסטינער באַצאָלן שוין יאָרן לאַנג אַ צאָל אַרבעטער אין עזה, וועלכע אַרבעטן שוין נישט די לעצטע זיבן יאָר. אַ פּאַלעסטינער מיניסטער האָט פֿאַרטיידיקט די אויסצאָלונגען, זאָגנדיק, אַז די אַרבעטער דאַרפֿן אויסהאַלטן זייערע משפּחות.

דאָס האָט אָבער נישט איבערצײַגט דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, און אין אַפּריל האָט דער פֿאַרבאַנד אָנגענומען אַ רעזאָלוציע, דערקלערנדיק, אַז אַזוינע אויסצאָלונגען רופֿן אַרויס זאָרג, ווײַל זיי קאָנען אויסגעניצט ווערן פֿאַר געלטוואַשן און פֿינאַנצירן טעראָריזם.

געוויסע אָבסערוואַטאָרן האַלטן, אַז דער נײַער אינטערעס מצד אייראָפּע צו האַלטן אַ שטרענגערן אויג אויף די פּאַלעסטינער פֿינאַנצן איז פֿאַרבונדן מיט דער הויכער אַרבעטלאָזיקייט און דעם שלאַפֿן עקאָנאָמישן מצבֿ אין אייראָפּע. „ווי קען דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד איבערצײַגן זײַנע בירגער, אַז ער פֿירט זיך אַחריותדיק, ווען ער באַצאָלט שׂכירות צו מענטשן אין אויסלאַנד, וועלכע אַרבעטן נישט, בעת מיליאָנען פֿון זייערע אייגענע בירגער האָבן נישט קיין שטעלעס?‟ האָט מײַקל טורער, דער פֿאָרזיצער פֿון בודזשעט־קאָנטראָל בײַם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט געשריבן אין אַן אַרטיקל אינעם „וואָל־סטריט דזשורנאַל‟ דעם 9טן אַפּריל.

„וואָס מער די פּאַלעסטינער וועלן באַטראַכטן די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ ווי קאָרומפּירט, אַלץ מער וועלן זיי שטיצן ׳כאַמאַס׳,‟ האָט טורער געשריבן. „אויב מיר ווילן אײַנשטעלן שלום און סטאַביליטעט, וועלן מיר מוזן העלפֿן דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ בויען מער אַחריותדיקע, דורכזיכטיקע אינסטיטוציעס.‟